אַ חנוכּה־שׂימחה אָנלײַן מיטן אַקטיאָר, מענדי כּהנאHanukkah celebration online featuring actor Mendy Cahan
כּהנאס ייִדישע פֿאָרשטעלונגען וועבן צונויף חכמות און לידער פֿאַרבונדן מיט דער תּורה, ייִדישער קולטור און דעם ייִדישן לעבן־שטייגער בכלל.

Image by youtube
זונטיק, דעם 28סטן נאָוועמבער, 1:30 נ״מ ניו־יאָרקער צײַט, וועט דער אַקטיאָר, זינגער און גרינדער פֿון „יונג ייִדיש‟, מענדי כּהנא, אָנפֿירן מיט אַ לעבעדיקער פּראָגראַם אָנלײַן, „וואָרט און ליד לכּבֿוד חנוכּה‟.
די פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען אויף ייִדיש, ווערט אָנגאַניזירט דורכן שלום־עליכם־קולטור־צענטער און איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.
מענדי כּהנא איז גוט באַקאַנט פֿאַר זײַנע פֿאַרווײַלערישע פֿאָרשטעלונגען, וווּ די חכמות און לידער פֿאַררופֿן זיך אויף דער תּורה, דער ייִדישער קולטור און דעם ייִדישן לעבן־שטייגער בכלל.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף דער פּראָגראַם, גיט אַ קוועטש דאָ און מע וועט אײַך איבערשיקן דעם לינק.