אָנלײַן־אונטערנעמונג לכּבֿוד דער ייִדישער שפּראַך און קולטורOnline celebration of Yiddish language and culture
די אונטערנעמונג ווערט געפֿירט פֿון דער שוועדישער יודאַיִסטיק־אינסטיטוט „פּיידייאַ‟ אָבער די לעקציעס וועלן פֿאָרקומען אויף ענגליש.

דעם 14טן דעצעמבער וועט פֿאָרקומען אַן אָנלײַן־אונטערנעמונג לכּבֿוד דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, אָרגאַניזירט פֿון „פּיידייאַ — דער אייראָפּעיִשער יודאַיִסטיק־אינסטיטוט אין שוועדן‟.
די אונטערנעמונג, וואָס וועט דורכגעפֿירט ווערן אויף ענגליש, וועט באַשטיין פֿון לעקציעס אויף כּלערליי טעמעס, אַרײַנגערעכנט ייִדישע פֿילמען, טעאַטער, ליטעראַטור און מוזיק. די עקספּערטן וואָס וועלן רעדן אויף די טעמעס זענען אַלע גראַדואַנטן פֿון „פּיידייאַ‟.
דער עולם וועט אויך הערן ייִדישע פּאָעזיע און געזאַנג.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ ביזן 7טן דעצעמבער.