ווידעאָ: שוועדישע יונגע לײַט לערנען זיך ייִדישVIDEO: Swedish high-schoolers studying Yiddish
אינעם נײַסטן קאַפּיטל פֿון זײַן ייִדישער טעלעוויזיע־סעריע, פּלאַנירט טאָמאַס וווּדסקי אַ מסיבה און פֿאַרבעט די ייִדיש־תּלמידים.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דער שוועדישער ייִדישיסט טאָמאַס וווּדסקי איז ערשט אַרויס מיט אַ נײַעם קאַפּיטל פֿון זײַן טעלעוויזיע־פּראָגראַם, „וווּדסקיס וועלט‟ — די איינציקע טעלעוויזיע־פּראָגראַם אויף דער וועלט וואָס איז אין גאַנצן אויף ייִדיש.
די פּראָגראַם, וואָס איז געמאַכט אויף אַ פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ, ווערט פּראָדוצירט און טראַנסמיטירט דורך דער שוועדישער מלוכישער ראַדיאָ־ און טעלעוויזיע־אַגענטור צוליב דעם וואָס ייִדיש האָט דאָרט דעם סטאַטוס פֿון אַן אָפֿיציעלער מינאָריטעט־שפּראַך.
ווען „וווּדסקיס וועלט‟ איז ערשט לאַנצירט געוואָרן אין 2019, האָט וווּדסקי „מיטגעבראַכט‟ די צוקוקער אויף קולטורעלע אונטערנעמונגען אין בוקאַרעשט, תּל־אָבֿיבֿ, פּאַריז און לאָנדאָן — און אויף יעדן אָרט געכאַפּט אַ שמועס מיט ייִדיש־קענער.
אין דעם איצטיקן קאַפּיטל, באַזוכט ער אַ ייִדיש־קלאַס אין אַ שוועדישער מיטלשול און גיט אַליין ייִדיש־לעקציעס צו צוויי יונגע קינדער אויף אַ פֿאַרם.
במשך פֿונעם פֿילם פּלאַנירט ער אויך אַ מסיבה, אַ מין משפּחה־טאָג, וואָס זאָל פֿאָרקומען אויף ייִדיש, און דערבײַ פֿאַרבעט ער געסט און שאַפֿט אַפֿילו אַ שיינעם נאָמען דערפֿאַר. צוליב דעם וואָס די פּראָגראַם ווערט אָרגאַניזירט אין המשכים דאַרף מען אָבער צוּוואַרטן אויפֿן קומעדיקן קאַפּיטל צו זען ווי אַזוי די מסיבה זעט טאַקע אויס.
צו זען דעם ווידעאָ, גיט אַ קוועטש דאָ.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
That’s why I’m paying it Forward, by matching $36,000 of reader gifts. It’s an investment in the Forward’s newsroom, to continue telling the American Jewish story with truth and independence.
— Joel Brown, Forward board chair
