„ציקאָ ביכער“ אין ניו־יאָרק האַלט איר ערשטע פּראָגראַם פּנים־אל־פּנים אין דרײַ יאָרCYCO Books in New York has its first in-person program in three years
שבֿע צוקער וועט שפּילן רעקאָרדירונגען אין וועלכע יעקבֿ גלאַטשטיין, ציליע דראָפּקין און אַנדערע שרײַבער לייענען פֿאָר זייערע ווערק.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דאָנערשטיק, דעם 23סטן יוני וועט דער ביכער־צענטער „ציקאָ“ אין קווינס, ניו־יאָרק, דורכפֿירן זײַן ערשטע לעבעדיקע פּראָגראַם זינט דער פּאַנדעמיע. די אָנגעזעענע מחברטע פֿון ייִדישע לערנביכער, שבֿע צוקער, וועט שפּילן רעקאָרדירונגען אין וועלכע באַרימטע ייִדישע שרײַבער לייענען פֿאָר זייערע ווערק. די רעקאָרדירונגען זענען אַ טייל פֿון צוקערס פּראָיעקט, „די גאָלדענע פּאַווע: דאָס קול פֿון דעם ייִדישן שרײַבער“.
די אונטערנעמונג וועט פֿאָרקומען 7 אַ זייגער אין אָוונט אָבער די טירן פֿון „ציקאָ“ וועלן זיך שוין עפֿענען 5 אַ זייגער, כּדי די געסט זאָלן האָבן אַ געלעגנהייט איבערצוקוקן די ביכער אויף די פּאָליצעס, לייענען, שמועסן און אפֿשר קויפֿן אַ בוך אָדער צוויי.
אין דער צוויישפּראַכיקער פּרעזענטאַציע וועט צוקער זיך טיילן מיט אַ צאָל רעקאָרדירונגען פֿון דעם פּראָיעקט בײַ וועלכן 12 ייִדישע שרײַבערס — יעקבֿ גלאַטשטיין, ציליע דראַפּקין, אלי וויזעל, ה. לייוויק, א. גלאַנץ־לעיעלעס, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, איציק מאַנגער, אַבֿרהם סוצקעווער, רחל קאָרן, שלום־עליכם, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן און יחיאל שרײַבמאַן — לייענען אויף אַ קול פֿון זייערע ווערק, סײַ פּאָעזיע, סײַ פּראָזע. זי וועט אַרומרעדן די הויכפּונקטן פֿון דער זאַמלונג ווי אויך דאָס וואָס מע קען זיך דערוויסן ווען מע הערט זיך צו צו דעם שרײַבערס קול.
„ציקאָ“ געפֿינט זיך אין לאָנג־אײַלאַנד־סיטי, קווינס, בלויז צוויי אונטערבאַן־סטאַנציעס פֿון גרענד־צענטראַל־סטאַנציע, איסט 42סטער גאַס אין מאַנהעטן. אַלע וואָס קומען מוזן ברענגען אַ באַווײַז אַז זיי זײַנען לעצטנס וואַקצינירט געוואָרן. מאַסקעס ווערן אויך שטאַרק רעקאָמענדירט.
אַלע וואָס האָבן בדעה צו קומען ווערן געבעטן זיך צו רעגיסטרירן דורכן צושיקן אַ בליצבריוו צו [email protected].
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
That’s why I’m paying it Forward, by matching $36,000 of reader gifts. It’s an investment in the Forward’s newsroom, to continue telling the American Jewish story with truth and independence.
— Joel Brown, Forward board chair
