ברוך לעבאָוויץ, וואָס האָט באַלעסטיקט ייִנגלעך, געשטאָרבן צו 71 יאָרBaruch Lebovits, convicted child abuser, dies at 71
אין 2010 האָט אַ פֿרומער בחור, וואָס האָט באַשולדיקט לעבאָוויצן אין האָבן אים באַלעסטיקט, זיך גענומען דאָס לעבן גלײַך פֿאַר זײַן חתונה.

Graphic by Angelie Zaslavsky
ייִט״אַ. — ברוך לעבאָוויץ, אַ חזן פֿון דער מונקאַטשער חסידישער קהילה, איז דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת געשטאָרבן צו 71 יאָר — 12 יאָר נאָך דעם ווי ער איז פֿאַרמישפּט געוואָרן פֿאַרן האָבן אַ צאָל מאָל סעקסועל באַלעסטיקט אַ ייִנגל פֿון 16 יאָר.
הונדערטער מענטשן זענען בײַגעווען זײַן לוויה מאָנטיק אין ירושלים. מיט אַ טאָג פֿריִער האָט אַ הזכּרה נאָך אים אין באָראָ פּאַרק, ברוקלין, אויך צוגעצויגן אַ סך מענטשן.
אין 2010 איז לעבאָוויץ פֿאַרמישפּט געוואָרן צו זיצן אין תּפֿיסה צווישן 10 און 32 יאָר בעת אַ צײַט ווען די פּראָקוראָרן אין ברוקלין האָבן געוואָלט באַווײַזן אַז זיי זענען נישט מער מקיל אין שײַכות מיט פֿאַרברעכנס מצד מיטגלידער פֿון די חסידישע קרײַזן ווי מיט די פֿאַרברעכנס באַגאַנגען דורך אַנדערע מענטשן.
אין 2012 איז לעבאָוויץ באַפֿרײַט געוואָרן צוליב אַ טעכנישן טעות און איז דערנאָך ווידער אײַנגעזעצט געוואָרן אין 2014 נאָך דעם ווי ער האָט אַליין מודה געווען אין האָבן סעקסועל באַלעסטיקט אַ בחור. נאָך 82 טעג איז ער ווידער באַפֿרײַט געוואָרן.
דער לעגאַלער ענין האָט צוגעצויגן אַ סך אויפֿמערק צוליב עטלעכע סיבות: ערשטנס, ווײַל דער באַרימטער אַדוואָקאַט אַלען דערשאָוויץ האָט מסכּים געווען אים צו רעפּרעזענטירן אין געריכט; צווייטנס, צוליב דעם וואָס עטלעכע הויך־ראַנגיקע סאַטמערער רבנים האָבן פֿאַרטיידיקט לעבאָוויצן, און דריטנס, ווײַל געוויסע עסקנים אין דער קהילה האָבן געסטראַשעט און זיך נוקם געווען אין די ייִדן וואָס האָבן עפֿנטלעך באַשולדיקט לעבאָוויצן אין סעקסועלער באַלעסטיקונג.
אַ לענגערער אַרטיקל אינעם זשורנאַל „ניו יאָרקער“ אין 2014 האָט דערציילט וואָס איז געשען מיט אַ טאַטן וואָס האָט דערציילט דער פּאָליציי אַז לעבאָוויץ האָט זיך געטשעפּעט צו זײַן זון (אַ זאַך וואָס דער זון האָט אים אַליין דערציילט). כאָטש לעבאָוויצעס באַלעסטיקונג פֿון בחורים איז געווען גוט באַקאַנט אין די חסידישע קרײַזן האָט מען אָט דעם טאַטן, סאַם קעלנער, באַשולדיקט אין פּרוּוון אויספּרעסן געלט פֿון לעבאָוויצעס משפּחה, דורכן זאָגן זיי אַז אויב זיי גיבן אים דאָס געלט וועט ער צוריקציִען זײַן באַשולדיקונג.
לעבאָוויצעס מעשׂים האָבן געהאַט טיפֿע נאָכווייען. אין 2010 האָט אַ פֿרומער בחור, וואָס האָט באַשולדיקט לעבאָוויצן אין האָבן אים באַלעסטיקט, זיך גענומען דאָס לעבן גלײַך פֿאַר זײַן חתונה. אַ צווייטער וואָס איז אײַנגעקלאָגט געוואָרן אין סעקסועלער באַלעסטיקונג האָט דערקלערט אַז ער האָט אַליין געליטן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג דורך לעבאָוויצן.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
