שיִער נישט פֿאַרבאָטן׃ גאַסנשילדן אױף אַן „אומגעוווּנטשענער“ שפּראַךNearly forbidden: Street signs in an ‘unwanted’ language
אַן איניציאַטיװ צו אָנערקענען בערלינס אַמאָליקע „ייִדישע גאַס“ װעקט אױף דעם טרױם פֿון ייִדיש װי אַן אָפֿיציעלע מינאָריטעט־שפּראַך

איינער פֿון צען נײַע גאַסנשילדן אויף ייִדיש אין בערלין Photo by Arndt Beck
דער קינסטלער שעבעשטיען פֿיומײ איז, אײן זוניקן טאָג אין פֿרילינג 2021, געשטיגן אױף אַ לײטער אין בערלין און אױפֿגעהאָנגען אַ װײַסן גאַסנשילד מיט ייִדישע אותיות׃ „גרענאַדיערשטראַסע“. װען נישט דעם אַלף־בית װאָלט פֿיומײס קונסטװערק געװען אַ צװילינג מיטן אָפֿיציעלן שילד דעריבער, װאָס װײַזט אין גלחות דעם הײַנטיקן נאָמען פֿון דער גאַס אין צענטער בערלין׃ „Almstadtstraße“.
גרענאַדירשטראַסע איז ביז 1938 געװען די באַרימטסטע „ייִדישע גאַס“ אין דער שטאָט, ספּעציעל בײַ ייִדיש־רעדערס. דער דײַטשמערישער אױסלײג מיטן שטומען „ע“ שטאַמט פֿון אַ ייִדישן שילד װאָס מ׳האָט אַ מאָל אַרױסגעהאָנגען אױף נומער 31, פֿאַרן „האָטעל אָדלער“.
אין אָט דעם איבערגעפּאַקטן בנין האָט מען נישט נאָר געקענט אײַנשטײן אין אַ פּיצל האָטעל, נאָר אױך קױפֿן גרינסן אין אַ שפּײַזקראָם, עסן אין אַ כּשרן רעסטאָראַן, לערנען חומש אין אַ תּלמוד־תּורה, לערנען גמרא אין אַ בית־מדרש – און דאַװענען אין אַזש פֿיר שטיבלעך!
פֿיומײס אומלעגאַלן גאַסנשילד האָט די נאַטשאַלסטװע גיך אַראָפּגענומען. אַ פֿונקציאָנאַר פֿון קװאַרטאַל־אַמט, נתּן פֿרידנבערג, איז אָבער מסכּים געװען מיט פֿיומיין אַז מע דאַרף סוף־כּל־סוף אָנערקענען די קולטורעל ייִדישע „אָסטיודן“ (די אַמאָליקע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן), נישט נאָר די אַסימילירטע „יעקעס“. און מע דאַרף געדענקען ווי ייִדן האָבן געלעבט, נישט בלויז ווי זיי זענען אומגעקומען. צוזאַמען מיט אַ היסטאָריקער פֿון „צענטרום יודאַיִקום“, דזשעס ערל, האָט פֿרידנבערג געפּרוּװט אָרגאַניזירן אַן ענלעכן זכּרון־שילד. נײן, צען אַזעלכע – אױף צען שכנותדיקע „ייִדישע גאַסן“.
ס׳איז נישט געװען פּשוט. דער װײַסער קאָליר, װי בײַ די „װאָרע“ גאַסנשילדן? פֿאַרבאָטן. דאָס װאָרט „שילד“? פֿאַרבאָטן. דאָס װאָרט „קונסט“? פֿאַרבאָטן אָן אַ קונסט־פֿאַרמעסט. ייִדיש גופֿא איז שיִער נישט פֿאַרבאָטן, װײַל אין דײַטשלאַנד איז דאָס נישט קײן אָנערקענטע מינאָריטעט־שפּראַך.
נאָך פֿינף יאָר מיט אַפּליקאַציעס און קאָמפּראָמיסן האָבן ערל און פֿרידנבערג אין מאַרץ אָרגאַניזירט אַ „פּרעסע־טערמין“ אױפֿן ראָג. די שלײער איז כאָטש אײן מאָל אַראָפּגעפֿאַלן אין װינט אײדער מע האָט אָפֿיציעל אױפֿגעדעקט דעם ערשטן „גאַסנצײכן“, װאָס מע טאָר נישט אָנרופֿן קײן גאַסנשילד׃ „גרענאַדיערשטראַסע“ אין אַ נײַער שריפֿט מיט פֿיומײס אױסלײג אױף אַ בלאָען הינטערגרונט. אַ צװײטער „צײכן“ דערקלערט דעם װיץ אױף דײַטש און ענגליש; אַ קו־אַר־קאָד פֿאַרלינקט אַ נײַ באַלערנדיק װעבזײַטל מיטן קעפּל „נעלם געװאָרן אָן אַ שפּור?“
צװישן די בערך 30 צוקוקערס – אַרײַנגערעכנט פּאָליטיקערס און רבנים – זענען כאָטש פֿיר ייִדישיסטן געװען אין עולם׃ אַ ייִדיש־פּאָעטעסע, אַ ייִדיש־קינסטלער, אַ ייִדיש־פֿאָרשערין און אַ געװעזענע ייִדיש־פּראָפֿעסאָרשע. אַלע האָבן זיך געפֿרייט צו זען די ייִדישע אותיות אױף דער אַלטער ייִדישער גאַס. בײַ דער טריבונע האָט מען אָבער נישט געהערט קײן וואָרט ייִדיש.

„אַװדאי נישט“, האָט מיר דזשעס ערל געזאָגט אָן חרטה. „די שפּראַך איז נישט דער עיקר. מע דערמאָנט זי בלױז װען ס׳איז טאַקע נײטיק.“ אױפֿן ענגלישן װעבזײַטל געפֿינט מען דאָס װאָרט Yiddish ערשט האַרט בײַם סוף פֿון אַלפֿאַבעטישן גלאָסאַר. נתּן פֿרידנבערג, להיפּוך, האָט געבעטן מחילה און צוגעזאָגט צו באַטײליקן ייִדיש־רעדערס אין צוקונפֿטיקע אונטערנעמונגען.
װער אָדער װאָס איז נעלם געװאָרן? רובֿ ייִדן אין הײַנטיקן דײַטשלאַנד זענען אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אײראָפּע אָדער זײערע קינדער. די ייִדיש־זינגערין סאַשע לוריא, למשל, אַ געבױרענע פֿון לעטלאַנד, האָט זיך באַזעצט אין נױקעלן, אַ בערלינער אימיגראַנטן־קװאַרטאַל אַזױ װי די ייִדישע גאַס פֿון אַ מאָל. דאָרט האָט זי מיט די חבֿרים אױפֿגעבױט אַ באַלעבטע ייִדיש־מוזיק־סבֿיבֿה. „איך פֿיל זיך פֿאַרבונדן מיט די אַמאָליקע ייִדן פֿון אָט די גאַסן“, זאָגט לוריא. „זײ דערמאָנען מיך אין מײַנע קרובֿים.“
די סבֿיבֿה אין נױקעלן האָט דערפֿירט צום גרינדן אַ קולטור־אָרגאַניזאַציע, „שטעטל בערלין“, מיט כּסדרדיקע פּראָגראַמען און אַ יערלעכן פֿעסטיװאַל. אױך די פּאָעזיע־ און קונסט־סבֿיבֿה אַרום „ייִדיש.בערלין“ איז פֿיבעריש־פֿלײַסיק. (איך אַרבעט צוזאַמען מיט בײדע גרופּעס.) אין מאַרץ למשל זענען אין דער שטאָט פֿאָרגעקומען אַ כּליזמר־דזשעם־סעסיע; אַ שבת־טיש מיט פֿריש פּובליקירטע ייִדישע לידער; אַ ייִדיש־זינגערײַ; קאָנצערטן פֿון כאָטש דרײַ קאַפּעליעס; אַן אָװנט פֿון „שמועס און װײַן“ — אַ ייִדישער שמועסקרײַז אין אַ שענק; אַ רובריק װוּ ייִדיש־פּאָעטעסעס לײענען די ווערק פון אַנדערע ייִדיש־פּאָעטעסעס; װײַטערע לײען־ און שרײַבקרײַזן…
„אונדזער סבֿיבֿה האַלט אין װאַקסן“, זאָגט לוריא. „אַלץ עפֿטער הערט מען בײַ אונדזערע אונטערנעמונגען אויך שמועסן אויף ייִדיש.“
נישט אַלע „װאָרע“ גאַסנשילדן אין דײַטשלאַנד זענען בלױז אויף דײַטש. סוף מאַרץ בין איך מיט אַ געדונגענעם אױטאָ געפֿאָרן אָנדערטהאַלבן שעה קײן לאַוזיץ/לוזשיסקאַ, אַ ראַיאָן פֿון דײַטשלאַנד װוּ מע רעדט צװײ אָנערקענטע סלאַװישע מינאָריטעט־שפּראַכן׃ אונטער־סאָרביש (װענדיש) און אױבער־סאָרביש. אַרױספֿאָרנדיק פֿון שאָסײ האָב איך דערזען אַ שילד פֿאַר אַ דאָרף מיט צװײ נעמען, אַ דײַטשן און אַ סאָרבישן. אױך אַלע גאַסן האָבן צװײ נעמען. אָבער הערן האָב איך דעם גאַנצן סוף־װאָך אין ערגעץ נישט געהערט קײן סאָרביש װאָרט – ביז מיר זענען אַרײַן אין װענדישן מוזיי אין קאָטבוס/כעשעבוס.
במשך פֿון דער געשיכטע האָט דײַטשלאַנד אונטערגעדריקט די סאָרבישע שפּראַכן. פּרײַסן האָט אַרױפֿגעצװוּנגען אױף די סאָרבן דײַטשע נעמען. די נאַציס י״ש האָבן פֿאַרבאָטן פּובליקאַציעס און פֿאַרטריבן די גלחים כּדי צו פֿאַרדײַטשן די קלױסטערס. מיזרח־דײַטשלאַנד האָט באַזעצט דײַטש־רעדנדיקע פּליטים אין סאָרבישע דערפֿער און צונױפֿגעמישט די אַרבעטערס אין קאָלװירטן. עד־היום האָט מען חרובֿ געמאַכט 130 סאָרבישע דערפֿער לטובֿת די קױלנגריבער.
די ראָלע פֿון דײַטשלאַנד אין דער געשיכטע פֿון ייִדיש – דאָס מאַמע־לשון פֿון 85% פֿון די קדושים – קענען מיר שױן.
אונטער־סאָרביש האָבן סאָרבן אױפֿגעהערט איבערצוגעבן בירושה; אױבער־סאָרביש הערט מען נאָך בײַ געצײלטע קאַטױלישע משפּחות. פֿאַר בײדע שװעסטער־שפּראַכן האָט מען שוין אָבער דורכגעפֿירט ממשותדיקע צילן אויפֿצולעבן דאָס לשון׃ ביזן יאָר 2100 האָפֿט מען, אַז עס וועלן זײַן אַזש 100,000 סאָרביש־רעדערס!
הײַנט האָט דאָס סאָרבישע פֿאָלק מיט זײַנע צװײ לשונות געוויסע רעכט און דעריבער — געלט און אינסטיטוציעס. פֿאַראַן אַ מין סאָרבישער ייִװאָ (װאָס בײַט גערן דעם אױסלײג פֿון סאָרביש); צװײ קינסטלער־קאָלעקטיװן („קאָלעקטיװ.װאַקוּום“ און „נײַע סאָרבישע קונסט“), קאַפּעליעס, קינדער־גערטנער, אײַנטונק־פּראָגראַמען, אַ פֿאַרלאַג, צװײ מיטלשולן, און באַצאָלטע אַרבעט…
דער סאָרבישער ייִװאָ האָט אָנגעשטעלט צװײ לינגװיסטן, שימאָן בלום און עװאַן בליקלי, צו דאָקומענטירן די „לינגװיסטישע לאַנדשאַפֿט“. אױף זײערע ביציקלען האָבן זײ פֿאָטאָגראַפֿירט יעדן סאָרבישן גאַסנשילד אין 70 דערפֿער. „װען איך האָב צום ערשטן מאָל דערהערט קינדער רעדנדיק אױפֿן לשון“, דערצײלט בליקלי, „האָב איך זיך כּמעט צעװײנט.“
דער סאָרבישער קינסטלער בערנהאַרד שיפּער האָט מיר געזאָגט אַז די שילדן זענען אים „גאָר װיכטיק“. אַזױ װײס מען אַז ס׳איז דאָס סאָרבישע געביט. „דאָס פֿאַרשטײט זיך אַלײן.“
די סאָרבישע שילדן האָבן אױך אינספּירירט מיעטאָ נאָאַק, דעם אַמאָליקן פֿאָרזיץ פֿונעם מינאָריטעטן־סעקרעטאַריאַט װאָס פֿאַרטײדיקט אַלע זיבן דײַטשע מינאָריטעט־שפּראַכן. קינדװײַז האָט ער אַ מאָל באַמערקט אַזאַ שילד, און שפּעטער זיך אױסגעלערנט אונטער־סאָרביש און געװאָרן אַ שפּראַך־אַקטיװיסט.
אין זײַן ענטפֿער אױף מײַן בקשה האָט נאָאַק געשריבן׃ „כ׳האָב זיך שױן אָפֿט געפֿרעגט פֿאַרװאָס ייִדיש איז נישט קײן מינאָריטעט־שפּראַך אין דײַטשלאַנד. אין אַכט אײראָפּעיִשע לענדער איז עס יאָ אַזוי.“
אױף אַ שפּאַציר לענג־אױס גרענאַדירשטראַסע האָב איך דערצײלט נאָאַקן מעשׂיות פֿונעם ייִדישן אַמאָל און דעם ייִדישיסטישן הײַנט. האָבן מיר זיך אַװעקגעזעצט בײַ אַ קאַפֿע לעבן דעם שילד. קוקנדיק אױף די פֿאַרבײַגײערס האָט ער פֿאַר מיר אַנטפּלעקט די סודות פֿון מינאָריטעט־שפּראַכן און באַשלאָסן צו שרײַבן אַן אײגענעם אַרטיקל װעגן די ייִדיש־שילדן – אױף אונטער־סאָרביש.
אַגבֿ, אין פֿרילינג 2021 האָט פֿיומײ נישט נאָר אונטערגענומען זײַן קינסטלערישע אינטערװענציע. ער האָט אױך מיט זײַן מיטװױנערין עליאַנאַ דזשײקאָבס לאַנסירט אַ פּאָליטישע קאַמפּאַניע לטובֿת ייִדיש װי די אַכטע מינאָריטעט־שפּראַך פֿון דײַטשלאַנד. די לעצטע מעלדונג אויפֿן אינפֿאָרמאַטיװן פֿייסבוק־זײַטל לכּבֿוד דעם דאָזיקן אויפֿרוף שטאַמט פֿון יענעם אָקטאָבער, נאָר די צען נײַע שילדן האָבן באַנײַט די דיסקוסיע.
„לאָמיר פֿאָרט אויפֿלעבן די קאַמפּאַניע!“ האָט מיר דזשייקאָבס געזאָגט.
„ס׳איז אַ גאַנץ רעאַליסטישער געדאַנק“, האָט סאַשע לוריא מסכּים געווען.
הייסט עס, אין לעצטן סך־הכּל, איז ייִדיש אין בערלין טאַקע נישט נעלם געװאָרן.
Why I became the Forward’s Editor-in-Chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
