צוויי פּראָגראַמען מערקן אָפּ 70 יאָר זינט דער נאַכט פֿון די דערמאָרדעטע ייִדישע פּאָעטןTwo events marking 70 years since the Night of the Murdered Yiddish Poets
איין הזכּרה־צערעמאָניע וועט פֿאָרקומען אין מאַנהעטן, און דער צווייטער — אין ירושלים.

Graphic by Angelie Zaslavsky
הײַיאָר ווערט 70 יאָר זינט דעם 12טן אויגוסט 1952, ווען די סאָוועטישע רעגירונג האָט אין איין נאַכט אויסגעשאָכטן 13 ייִדישע פּאָעטן, אַרטיסטן און זשורנאַליסטן אין דער טרויעריק באַרימטער לוביאַנקע־תּפֿיסה אין מאָסקווע.
צווישן די קרבנות זענען געווען די גרויסע ייִדישע פּאָעטן און שרײַבער לייב קוויטקאָ, פּרץ מאַרגיש, איציק פֿעפֿער, דוד האָפֿשטיין און דוד בערגעלסאָן.
דאָנערשטיק, דעם 11טן אויגוסט, 7:00 אין אָוונט וועט דער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס דורכפֿירן אַ הזכּרה־צערעמאָניע אין מאַנהעטן, וווּ עס וועלן אויפֿטרעטן אַלען לויִס ריקמאַן, זיסל סלעפּאָוויטש, סוזען טאָרען און דזשיי האַראַן.
די אונטערנעמונג, וואָס איז פּראָדוצירט געוואָרן דורך יעלענע שמואלענסאָן, וועט פֿאָרקומען אינעם סקאָרקאַ־זאַל אינעם נאַציאָנאַלן אָפּערע־צענטער, 330 זיבעטער עוועניו. כּדי בײַצוזײַן מוז מען רעזערווירן פֿון פֿריִער דורכן אָנשרײַבן אַ בריוו צו [email protected] און מע בעט אויך אַ בײַשטײַער פֿון $10. אַלע באַטייליקטע ווערן געבעטן צו טראָגן מאַסקעס בעת דער אונטערנעמונג.
פֿרײַטיק, דעם 12טן אויגוסט, וועט מען אָפּמערקן דעם יאָרצײַט דורך אַ הזכּרה־צערעמאָניע אין ירושלים. אויף דער פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען 10 אַ זייגער אין דער פֿרי ישׂראלדיקע צײַט, וועט דוד־הירש ראָסקעס רעדן אויף דער טעמע, „וועגן די ווערק פֿון די הרוגי־מלכות פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד“; ראובֿן ניבאָרסקי וועט פֿאָרלייענען אַ ייִדיש ליד באַגלייט מיט דער העברעיִשער איבערזעצונג; און רות לעווין וועט זינגען אַ ריי לידער געשאַפֿן פֿון די רעפּרעסירטע פּאָעטן, באַגלייט אויף דער גיטאַר דורך אַלעקסײַ בעלוסאָוו.
די הזכּרה וועט פֿאָרקומען אין גן הסופרים (גאַלאַ גאלקטיון), אויף טשערניכאָווסקי־גאַס לעבן עזה־גאַס
די ירושלימער אונטערנעמונג ווערט ווערט געשטיצט פֿון בית שלום עליכם.
Why I became the Forward’s editor-in-chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
, editor-in-chief