נאָוואַטאָרישע ייִדישע פֿאָרשטעלונג שילדערט אַ וואַרשעווער קאַבאַרעט אין 1938 Edgy new Yiddish show recreates a Jewish cabaret in Warsaw in 1938
די פּיעסע פֿון מײַקל וועקס וועט האָבן איר צפֿון־אַמעריקאַנער פּרעמיערע אויפֿן אַשכּנז־פֿעסטיוואַל אין טאָראָנטאָ.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דעם 3טן און 4טן סעפּטעמבער וועט דער אַשכּנז־פֿעסטיוואַל אין טאָראָנטאָ אויפֿפֿירן די צפֿון־אַמעריקאַנער פּרעמיערע פֿון אַ נײַער פֿאָרשטעלונג אויף ייִדיש, וועגן אַ נאַכט אין אַ ייִדישן קאַבאַרעט אין וואַרשע האַרט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. די וועלט־פּרעמיערע פֿון דער פּיעסע איז פֿאָרגעקומען בײַם „ייִדישן זומער אין ווײַמער“.
דער סצענאַר פֿון דער פּיעסע, „די לעצטע נאַכט בײַם ייִתּוש“, אָנגעשריבן פֿונעם באַקאַנטן שרײַבער מײַקל וועקס, קומט פֿאָר בײַם „קאַבאַרעט ייִתּוש“ אין וואַרשע, דעם 15טן מאַרץ 1938. די צענזור האָט ערשט מודיע געווען די אַקטיאָרן, אַז די פֿאָרשטעלונג יענע נאַכט וועט זײַן זייער לעצטע. צוליב דעם וואָס די אַרטיסטן האָבן שוין סײַ־ווי באַקומען וויזעס צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד, באַשליסן זיי אַז אויף יענער לעצטער פֿאָרשטעלונג וועלן זיי דווקא פֿאָרשטעלן מאַטעריאַלן וואָס די צענזור האָט פֿאַרווערט, אין איינעם מיט דעם קאַבאַרעטס גרעסטע שלאַגערס און פּאָפּולערסטע סקיצעס.

„די לעצטע נאַכט בײַם ייִתּוש“ נעמט אַרײַן קאַבאַרעט־לידער פֿון די 1930ער יאָרן, הומאָריסטישע סקעטשן, ייִדישע באַאַרבעטונגען פֿון אינטערנאַציאָנאַלע שלאַגערס און וואָדוויל־אַקטן, ווי אויך מער קאָנטראָווערסאַלע מאַטעריאַלן ווי „דער לעצטער ייִד אין פּוילן“ — וועקסעס שילדערונג פֿון אַן אמתן סקעטש וואָס צוליב אים האָט מען פֿאַרשלאָסן אַ ייִדישן קאַבאַרעט אין 1938. צוליב דעם וואָס די אַרטיסטן פֿײַפֿן זיך אויס אויף דער צענזור טרעטן זיי אויך אויף מיט גאַנץ שאָקירנדיקע מאַטעריאַלן ווי, למשל, וויצן וועגן היטלערן.
אין דער פּיעסע, וואָס וועט אויפֿגעפֿירט ווערן אין „האַרבערפֿראָנט־צענטער טעאַטער“ אין טאָראָנטאָ, וועלן אויפֿטרעטן שיין בייקער, דניאל קאַהן, סוועטאַ קונדיש און סאַשאַ לוריא, אונטער דער מוזיקאַלישער דירעקציע פֿון פּאַטריק פֿאַרעל.
די פּראָדוקציע ווערט געשטיצט פֿון דער פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער בילדונג און קולטור אויפֿן נאָמען פֿון שׂימחה און פֿרידע סימכאָוויטש.
כּדי צו קויפֿן בילעטן גיט אַ קוועטש דאָ.
Why I became the Forward’s editor-in-chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
, editor-in-chief