פֿאַר וואָס מוזן מיר פֿרויען תּמיד זיך באַהאַלטן?Why do we women always have to hide?
דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש.
א געצעלט מיט א וואלקן איבער דעם; דורכ’ן שפאלט פונ’ם געצעלט, זעט מען א שיסל איבערגעפילט מיט טייג און צוויי שבת ליכט פון די זייט. דאס איז דאס בילד וואס קומט אויף אין מיין זכרון יעדעס מאל וואס איך הער פרשת חיי שרה.
איך געדענק אלס קינד וויפיל געוויכט מיין לערערין האט געלייגט אין אונז איינצופלאנצן די יסוד פון א פרומע אידישע פרוי: שרה אמנו באהל, אין געצעלט. אונזער חשיבות ליגט אין אונזער צניעות. די פארב-ביכלעך וואס מען האט פארקויפט אין אונזער ספרים געשעפט האט נישט געהאט חלילה קיין בילדער פון מיידלעך. יונגלעך האבן געהאט אינטרעסאנטע ביכלעך וועגן אלע סארט מצוות און די ביכל פאר די מיידלעך איז געווען טרוקן, אן קיין שום לעבן. אויפ’ן דעקל איז געשטאנען „כל כבודה בת מלך פנימה“ אבער ס’האט נישט געפילט זייער מלכות’דיג צו קענען פארבן בילדער פון נאר מעבל, פענסטער און נעגל וואסער – אן קיין בילד פון א בת ישראל.
מיר האט זיך נישט געגלוסט צו זיין ווי שרה אמנו וואס האט אלעמאל געמוזט בלייבן באהאלטן אין געצעלט. ס’האט געפילט ווי א שווער לעבן צו דארפן קאכן אלע מאלצייטן פאר די געסט, אבער ניטאמאל קענען מיטהאלטן די סעודה (אזוי האבן עס די פרשה ביכער אפגעמאלן). פארוואס קען זי נישט באקומען די כבוד וואס זי האט ערליך פארדינט?
דאס לעבן פון די אנדערע אמהות האט אויך נישט אויסגעזען זייער גליקליך. רבקה האט שוין ביי דריי יאר געהארעוועט אנצוטרינקען אלע קעמלען פון אליעזר און עקסטער געדארפט אנשעפן וואסער פאר א דערוואקסענעם מאן. אויף דעם איז זי געווארן אויסגעלויבט: צוליב איר גרייטקייט זיך אוועקצוגעבן צו מאכן א צווייטן מענטשן באקוועם. שפעטער, ווען זי האט זיך געטראפן מיט איר חתן האט זי געשווינד צוגעדעקט איר פנים מיט א שלייער. איך פלעג מורא האבן אלס קינד צו דארפן זיין ווי די אמהות. נישט נאר ווייל איך האב געציטערט פארן אומגליק פון נישט האבן קיין קינדער ווי זיי, אבער אויך ווייל די ערווארטונגען זענען געווען אזוי הויך, און די וועג וויאזוי זיי האבן זיך געמוזט באהאלטן האט געפילט ווי א דערשטיקט לעבן.
אלע מעשיות פון פרויען וואס מ׳האט אונז דערציילט אין שולע האבן געהאט אן ענליכע טעמע: רחל אשת ר’ עקיבא, האט זיך געמוטשעט אין ארימקייט כדי איר מאן זאל קענען שטייגן אין תורה. מיר האבן באקומען א קלארע בילד וואס דער אידעאל איז פאר א פרומע אידישע טאכטער: זי מוז זיין איינגעהאלטן, שטיל, און זי מוז זיין גרייט אויפצוגעבן אלץ וואס זי האט ליב. אזויווי חנה די מאמע פון שמואל הנביא, וואס האט זיך געמוזט שיידן מיט איר איינציג קינד ווען ער איז געווארן אלט דריי יאר. און חנה וואס האט געדארפט צוקוקן ווי אלע אירע זיבן זון זענען אומגעקומען על קידוש ה’.
ס׳איז נישט קיין וואונדער אז די מעשה פון פרשת מקץ איז אזוי באליבט געווען ביי מיר. איך פלעג זיך אזוי דערקוויקן צו הערן וויאזוי סרח בת אשר איז געווען די איינציגסטע קאנדידאט אין איר משפחה, וואס האט געקענט דערציילן די גרויסע נייעס פאר’ן אלטן זיידן יעקב, אז יוסף לעבט. זי איז אויסגעוועלט געווארן צו שפילן אויף איר פידל פאר אים און וואס פארא אומגלויבליכע גליק דאס האט אויסגעקוקט פאר מיר! זי האט נישט געדארפט הארעווען שווער, אדער זיך באהאלטן, גאר פארקערט: זי האט געמעגט ארויסווייזן ווער זי איז טאקע און איז נאך באצייכנט געווארן ווי א העלדין פאר’ן שפילן מוזיק!
אפילו פורים ווען כ׳פלעג זיך פארשטעלן ווי אסתר המלכה האב איך אויך נישט געשטרעבט צו זיין ווי זי. אסתר’ס פנים איז געווען גרין – האט אונז די לערערין דערציילט. אבער בדרך נס האט זי געפינען חן אינ’ם קעניג אחשורוש׳ס אויגן. און צום סוף האט זי געמוזט זיין גרייט איינצושטעלן איר לעבן צו ראטעווען די אידן! נאר פאר דעם גיט מען איר כבוד ביז’ן היינטיגן טאג. די זעלבע מיט יעל וואס האט דערהרגעט סיסרה. און אפילו דבורה הנביאה האט אויך געמוזט טאג און נאכט שטיין צו הילף פאר’ן פאלק, לערנען און אנווייזן זיי – פארוואס זאל מיר גלוסטן צו זיין א פרוי וואס איז אזוי פארשקלאפט?
אבער מיין חינוך האט מיר געלערנט אז אויף דעם דארף איך שטרעבן.
אלס יונג מיידל האב איך געפילט א טיפע ווייטאג פאר די אלע פרויען און מיידלעך וואס ווילן נישט נאכפאלגן די געזעצן פון צניעות – אזויווי מ’האט עס אונז געלערנט. כ׳האב געפילט אז ס׳איז אומ’יושר׳דיג אז מע דערווארט פון זיי תמיד צו באדינען אנדערע, בשעת מ׳האלט זיי אין איין קריטיקירן און דערשרעקן כאילו זיי זענען די סיבה פאר אלע צרות ביי כלל ישראל! איך האב אזוי געוואלט זיי זאלן שפירן א זיסן טעם אין דער מצוה פון צניעות. איך האב אזוי געגאַרט זיי צו געבן חיזוק, זיי זאלן וויסן די געוואלדיגע שכר וואס דערווארט זיי אין גן עדן.
דערפאר טאקע האב איך געשריבן „דאס בת ישראל ליד“. איך האב אריינגעלייגט מיין הארץ און נשמה דערין, און געהאפט אז דאס וועט זיין א מקור פון חיזוק, פאר חסידישע מיידלעך און פרויען, זיי זאלן האבן דעם מוט בייצושטיין די שווערע נסיונות פון צניעות און זיי זאלן פארשטיין די גרויסע ראלע וואס זיי שפילן ביי כלל ישראל.
דא קענט איר הערן דאס ליד געזונגען דורך דער באליבטער מעדיא־שטערן, ריקי רויז. די ווערטער פונ’ם ליד קענט איר טרעפן אונטער דעם ווידעא.
https://www.youtube.com/watch?v=ZGb1aZqRwVc&list=PLTMBsSa7Ay-uEmwjAo05mmOzRJoMWob7W&index=2
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor