Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אין דעם שוועדישן אוניווערסיטעט שאַפֿט מען איינעם פֿון די גרעסטע ייִדיש־קאַטעדרעס אויף דער וועלטThis Swedish university will soon have one of the largest Yiddish departments in the world

אינעם לונדער אוניווערסיטעט וועלן זײַן דרײַ ייִדיש־לערער און אַ קורס פֿאַרן אױסבילדן ייִדיש־לערער.

אין גאַנץ סקאַנדינאַװיע איז דאָ אײן אײנציקער אוניװערסיטעט מיט אַ ייִדיש־קאַטעדרע. ער געפֿינט זיך אין לונד, אַ שטעטל אין דרום־שװעדן. באַלד װעט מען די דאָזיקע קאַטעדרע קענען פֿאַררעכענען צװישן די גרעסטע אינסטיטוציעס פֿאַרן לערנען די ייִדישע שפּראַך און קולטור אױף דער גאָרער װעלט.

פֿאַר אַ יאָרן איז אַװעק אױף פּענסיע דער ערשטער פּראָפֿעסאָר װאָס האָט אָנגעפֿירט מיט דער לונדער ייִדיש־קאַטעדרע, יאַן שװאַרץ. שװאַרץ האָט זיך אױסגעצײכנט װי אַ מומחה פֿאַר ליטעראַטור אָנגעשריבן פֿון דער שארית־הפּליטה. אין זײַן פֿאָרשונג האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אױף אַזעלכע שרײַבער װי אַבֿרהם סוצקעװער, חוה ראָזענפֿאַרב און יצחק באַשעװיס. איצט האָט מען ניט נאָר באַשטימט אַ ממלא־מקום פֿאַר אים, נאָר אָנגעשטעלט אַזש דרײַ נײַע דאָצענטן.

װי אַ צײַטװײַליקער פֿאַרטרעטער זיצט סימאָ מויִר אױף שוואַרצעס אַמאָליקן פּאָסטן. אַלײן אַ פֿינלענדער, איז ער אַ מומחה אויף דער געשיכטע פֿון פֿינישע ייִדן און פֿיניש ייִדיש. די לעצטע פּאָר יאָר האָט ער אָבער אױך גענומען פֿאָרשן די ייִדישע קולטור אין שװעדן. אַז מע זוכט הײַנט אַ װיסנשאַפֿטלער אַ מבֿין אױף ייִדיש אין סקאַנדינאַװיע, איז ניטאָ זײַנס גלײַכן. דעם איצטיקן זמן לערנט מויִר קורסן װעגן חורבן־ליטעראַטור, װעגן דער געשיכטע פֿון ייִדיש, און — אין אײנעם מיט דער ייִדישער פּעדאַגאָגין פּערל גראָסמאַן —  אַ קורס אויף אויסצובילדן ייִדיש־לערער.

שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַר וואָס דאַרף מען אין שוועדן לערנען קורסן פֿון ייִדיש־לערערײַ? אין יאָר 2000 האָט די שװעדישע רעגירונג אָנערקענט ייִדיש ווי אײנע פֿון שװעדנס אײַנגעזעסענע מינאָריטעט־שפּראַכן. דערמיט האָט זי זיך מתחײבֿ געװען צו פֿאַרזיכערן אַז יעדער תּלמיד װאָס װיל נאָר, זאָל באַקומען די געלעגנהײט זיך צו לערנען די ייִדישע שפּראַך. קײן סך ייִדיש־לערער זײַנען אָבער ניטאָ אין די מלוכישע שולן. דעריבער האָט מען באַשלאָסן אַװעקצושטעלן די לערער־אױסבילדונג אױף אַ געהעריקן יסוד.

ובֿכן, אין משך פֿונעם לעצטן יאָר האָבן גראָסמאַן און מויִר אָנגעהױבן אײַנצוסדרן אַ פּראָגראַם פֿאַרן אױסבילדן ייִדיש־לערער. גראָסמאַן קען דערבײַ שעפּן פֿון איר לאַנגיאָריקער דערפֿאַרונג. זי איז אײנע פֿון, קײן עין־הרע, דרײַ ייִדיש־לערער אין שטאָקהאָלם — די שװעדישע עיר־המלוכה און די שטאָט מיט דער גרעסטער ייִדישער קהילה אין לאַנד. בעת די לעצטע יאָרן האָט גראָסמאַן זיך אױסגעטײלט װי אַ טוערין בײַ דער געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש אין שטאָקהאָלם. פֿאַרן „שולװערק“ (די מלוכישע שול־קאָמיסיע) האָט זי אױסגעאַרבעט אַ ייִדיש־לערן־פּראָגראַם. אַחוץ דעם האָט זי אָנגעשריבן אַן אַלײן־לערנבוך, „לײַכטער לערנען לײענען ייִדיש“. מיטן פֿאַרבאַנד פֿאַר ייִדיש אין שװעדן האָט זי אױך אַרױסגעגעבן „לידער מיט גלידער“, זינגלידער פֿאַר קינדער. אױך גראָסמאַן פֿאַרנעמט נאָר אַ צײַטװײַליקע שטעלע אין לונד.

מיטן ייִדישן שפּראַך־לימוד גופֿא פֿאַרנעמט זיך זינט דעם הײַיאָריקן האַרבסט אליעזר ניבאָרסקי. אין אײנעם מיט זײַן װײַב, מרים טרין, פֿירט ער אָן מיטן ישׂראלדיקן צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים און ייִדישער קולטור, „יאָ — ייִדיש־אָרט“. אַ באַקאַנטער און באַליבטער לערער פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ציט ער װײַטער די טראַדיציע פֿונעם טאַטן — דעם גרױסן ייִדישיסט און פּרעזידענט פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער — יצחק ניבאָרסקי. אַחוצן לערנען פֿאַרנעמט זיך אליעזר ניבאָרסקי שױן יאָרן לאַנג מיט ייִדישער ביבליאָגראַפֿיע און לעקסיקאָגראַפֿיע. אַזױ װי ער װױנט אין ירושלים, לערנט ער דעם דאָזיקן זמן פֿון דער װײַטן. בײַם לונדער אוניװערסיטעט פֿאַרנעמט ער די שטעלע פֿון אַן אַדיונקט (אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר).

אין 2024 וועט צוקומען נאָך אַן אַדיונקט, מאַט דזשאָנסאָן. דזשאָנסאָן האָט ערשט פֿאַר אַ יאָרן פֿאַרענדיקט דעם דאָקטאָראַט אין שיקאַגע. אין זײַן דיסערטאַציע גריבלט ער זיך אין דער פּרשה פֿונעם צונױפֿקומעניש צװישן ייִדיש און דײַטש בײַ אַזעלכע שרײַבער װי פּאַול צעלאַן, איציק מאַנגער און משה־לײב האַלפּערן. איצט האַלט ער אין צוגרײטן אַ בוך־פּובליקאַציע אױף דער טעמע.

פֿון 2024 אָן װעט שוואַרצעס לעקטאָרן־שטעלע גופֿא פֿאַרנעמען אַ פּנים־חדשות — אורן כּהן ראָמאַן, וועלכער ספּעציאַליזירט זיך אויף אַלט־ייִדיש און דער אַשכּנזישע קולטור בעת דער פֿריִיִקער מאָדערנער תּקופֿה. כּהן־ראָמאַן פֿאַרנעמט זיך צװישן אַנדערן מיט די טײַטש־נוסחאָות פֿון תּנכישע ספֿרים און מיט אַלט־ייִדישע לידער. ביז איצט האָט ער געלערנט אין די אוניװערסיטעטן פֿון מדינת־ישׂראל — לעצטנס אין חיפֿה. פֿאַר דעם האָט ער אויך געלערנט אין ענגלאַנד און דײַטשלאַנד.

אַ פּנים האָט מען אין לונד באַנומען אַז ס׳איז װיכטיק צו קענען סלאַװישע שפּראַכן װי, אַ שטײגער, פּױליש. אַזױ טײַטשן מיר אױס דעם פֿאַקט װאָס די אַדיונקטין אולאַ כאָװאַניעץ לערנט איצט פּױליש בײַ דער לונדער קאַטעדרע פֿאַר ייִדישע לימודים. כאָװאַניעץ איז אַלײן אַ ליטעראַטור־פֿאָרשערין װאָס שטודירט די װערק פֿון פּױלישע שרײַבערינס פֿון אַ פֿעמיניסטישן קוקװינקל — און לעצטנס אױך די שאַפֿונג פֿון ייִדישע אױטאָרשעס.

פּױליש קען צו נוץ קומען די לונדער סטודענטן בפֿרט אַז זײ נעמען זיך אונטער צו פֿאָרשן דעם חורבן. אין לונד געפֿינט זיך אַן אַרכיװ מיט פּױלישע גבֿית־עדותן פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה, צװישן זײ אױך עדותשאַפֿטן פֿון ייִדן װאָס האָבן דורכגעמאַכט די געטאָס און לאַגערן.

װי מע זעט, װעלן אין לונד אַרבעטן מומחים פֿון פֿאַרשײדענערלײ תּחומים און תּקופֿות. אַזױ אַרום װעט די קאַטעדרע זיך, אם־ירצה־השם, אין גיכן גוט פֿונאַנדערװאַקסן. הלװאַי זאָלן מויִר און גראָסמאַן אויך װײַטער נעמען אַן אָנטײל דערין. זײ האָבן שױן געגעבן אַ װיכטיקן צושטײַער צו דעם אױפֿבלי פֿון ייִדישער קולטור און װיסנשאַפֿט אין שװעדן.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.