פֿונדאַציע זוכט פּראָיעקטן וואָס פֿאַרשפּרייטן ייִדיש ווי אַ לעבעדיקע שפּראַךFoundation seeks projects that promote Yiddish as a living language
די פֿישמאַן-פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער קולטור איז ספּעציעל אינטערעסירט אין איניציאַטיוון פֿאַר קינדער און יוגנטלעכע

איין פּראָיעקט וואָס די פֿונדאַציע האָט לעצטנס געשטיצט איז געווען „ענגע־בענגע“, אַ טאָגהיים אין בראָנקס, נ״י, געפֿירט אין גאַנצן אויף ייִדיש Photo by Yiske Ejdelman
די פֿישמאַן-פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער קולטור האָט געמאָלדן אַז זי נעמט שוין אָן סובווענץ-אַפּליקאַציעס אויף נײַע פּראָיעקטן פֿאַרן יאָר 2025. די פּראָיעקטן דאַרפֿן האָבן פֿאַר אַ ציל דאָס שטאַרקן ייִדיש ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך, באַזונדערס בײַ קינדער און דער יוגנט.
צווישן די איניציאַטיוון וואָס די פֿונדאַציע האָט די פֿאַרגאַנגענע צוויי יאָר געשטיצט: „ענגע בענגע ייִדיש־נעסט“ — אַ טאָגהיים פֿאַר ייִדיש-רעדנדיקע קינדער אין בראָנקס, נ״י; אַן אַרומנעמיק ייִדיש־רוסיש ווערטערבוך אָנלײַן וואָס איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, און דער „ייִדיש סוף־וואָך אין ענגלאַנד“ וווּ אַלע פּראָגראַמען ווערן דורכגעפֿירט אויף ייִדיש.
דער טערמין פֿאַר אַפּליקאַציעס איז דער ערשטער נאָוועמבער 2024. אַלע אַפּליקאַציעס מוזן זײַן אָנגעשריבן אויף ייִדיש, און דאַרפֿן נאָכפֿאָלגן די אַפּליקיר-אָנווײַזונגען וואָס געפֿינען זיך אויף אונדזער וועבזײַטל.
אַפּליקאַציעס וועלן באַטראַכט ווערן אויף קאָנקורס-יסודות. מען בעט אַז פֿאַראינטערעסירטע זאָלן אַרײַנשיקן די אַפּליקאַציע (מיט אַלע נייטיקע בײַלייגונגען) דורך בליצפּאָסט צו: [email protected]
די אויסגעטיילטע סובווענצן וועט מען מעלדן אין דעצעמבער 2024.
די פֿישמאַן־פֿונדאַציע איז אײַנגעשטעלט געוואָרן לזכּרון אַהרון און סאָניע פֿישמאַן ז״ל, וועלכע זענען געווען געטרײַע ייִדישע קולטור־טוער. זייערע צוויי קינדער זענען אויך געוואָרן באַרימטע פֿיגורן אין דער ייִדיש־וועלט: דער גרויסער סאָציאָלינגוויסט שיקל פֿישמאַן ז״ל און די ייִדישע פּאָעטעסע רחל פֿישמאַן ז״ל.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
