אַ וויכטיקער ייִדישער פֿאַרטראַכטער, וואָס איז הײַנט כּמעט אומבאַקאַנט An important Jewish inventor you probably never heard of
אַבֿרהם שטערן, אַ פֿרומער ייִד, האָט פֿאַרטראַכט חשבון־מכשירים וואָס האָבן דערפֿירט צום מאָדערנעם קאָמפּיוטערײַ.

אַבֿרהם שטערן ווײַזט ווי עס פֿונקציאָנירט איינע פֿון זײַנע רעכן־מאַשינען, , בערך די 1820ער יאָרן, אין וואַרשע Courtesy of National Museum, Krakow
דאָס איז איינער פֿון אַ סעריע קורצע אַרטיקלען אָנגעשריבן אױף אַ רעלאַטיװ גרינגן ייִדיש און געצילעװעט אױף סטודענטן. די מחברטע איז אַלײן אַ ייִדיש־סטודענטקע. דאָ קען מען לײענען די פֿריִערדיקע אַרטיקלען אין דער סעריע.
מיט אַן ערך צװײ הונדערט יאָר צוריק, אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, איז אַבֿרהם שטערן געװען אַ באַװוּסטע פּערזענלעכקײט אין װאַרשע — סײַ בײַ ייִדן, סײַ בײַ נישט־ייִדן. ער איז געװען אַ מושלם אין מאַטעמאַטיק און װיסנשאַפֿט, און האָט אױסגעקלערט עטלעכע מעכאַנישע מכשירים פֿאַרן אױספֿירן מאַטעמאַטישע חשבונות. הײַנט האַלט מען שטערנס חשבון־מכשירים פֿאַר אַ פֿריִיקן טראָט אינעם מאָדערנעם קאָמפּיוטערײַ.
צוליב די דאָזיקע מכשירים האָט מען אין 1817 אױסגעקליבן שטערן װי דער ערשטער ייִדישער מיטגליד פֿון דער „װאַרשעװער חבֿרה פֿון װיסנשאַפֿט“, װאָס איז שפּעטער געװאָרן די פּױלישע אַקאַדעמיע פֿון װיסנשאַפֿטן.
עס איז מערקװערדיק אַז שטערן איז אויפֿן גאַנצן לעבן געבליבן אַ פֿרומער ייִד. ער האָט אַלע מאָל געטראָגן אַ קאַפּאָטע און אַ יאַרמלקע — װי מען זעט אינעם בילד אױבן, װוּ ער פּרעזענטירט זײַן אַרבעט צום נישט־ייִדישן עולם פֿון דער װיסנשאַפֿטלעכער חבֿרה. ער איז אױך געװען אַ טוער אין דער ייִדישער בילדונג, אַ העברעיִשער שרײַבער, און אַ קעגנער פֿון דער ייִדישער רעליגיעזער אַסימילאַציע.
שטערן איז געבױרן געװאָרן אָדער אין 1762 אָדער אין 1769 אין ראָבשוי, װאָס איז הײַנט אין פּױלן (אױף שטערנס לעבן איז דער באַגריף פֿון „פּױלן“ געװען אַ קאָמפּליצירטער). קינדװײַז האָט ער זיך געלערנט אין אַ טראַדיציאָנעלן חדר. זײַן משפּחה איז געװען אַ פֿרומע און זײער אַן אָרעמע. ער איז אױסגעשולט געװאָרן װי אַ זײגער־מאַכער, װאָס איז אים שפּעטער געקומען צו נוץ בײַם שאַפֿן דעליקאַטע מעכאַנישע מכשירים.

װי אַ יונגער מאַן האָט שטערן צוגעצױגן דעם אױפֿמערק פֿון סטאַניסלאַװ סטאַשיץ, אַ פּױלישן פֿילאָסאָף, װיסנשאַפֿטלער און מלוכה־טוער, װאָס איז געװען דער בעל־הבית פֿונעם מאַיאָנטיק אין ראָבשוי. סטאַשיץ איז געװױר געװאָרן פֿונעם טאַלאַנטירטן ייִדישן זײגער־מאַכער, און האָט אים געשיקט קײן װאַרשע כּדי ממשיך זײַן דאָס לערנען אין מאַטעמאַטיק און װיסנשאַפֿט.
אַפֿילו בײַ אַזאַ גאון װי שטערן איז דער פּראָצעס פֿונעם שאַפֿן די חשבון־מכשירים געװען אַ שװערער. אין 1817 האָט ער באַשריבן פֿאַר דער װאַרשעװער װיסנשאַפֿטלעכער חבֿרה אױף פּױליש (ער האָט פֿליסיק גערעדט עטלעכע שפּראַכן) די שוועריקייטן אױפֿן װעג. דאָ קען מען לײענען אַן איבערזעצונג אױף ענגליש.
װי ער דערצײלט האָט ער אין 1813 אױסגעטראַכט אַ מכשיר װאָט האָט געקענט אױספֿירן אַריטמעטישע חשבונות: חיבור, חיסור, כּפֿל און חילוק. באַלד נאָך דעם האָט ער געשאַפֿן אַ באַזונדערן מכשיר פֿאַרן אַרױסציִען דעם קװאַדראַט־װאָרצל פֿון נומערן. סוף־כּל־סוף אין 1817 האָט ער זײ קאָמבינירט אין אײן מכשיר. אין זײַן נאַראַציע באַדאַנקט ער גאָט פֿאַר דער דאָזיקער הצלחה.
צװײ מאָל, אין 1816 און 1818, האָט שטערן פּרעזענטירט זײַנע מכשירים דעם רוסישן קײסער אַלעקסאַנדער דעם ערשטן. דער קײסער האָט אים צוגעטײלט אַ יאָריקע פּענסיע פֿון 350 רובל. לױט די באַדינגען פֿון דער דאָזיקער פּענסיע װאָלט דער קײסער װײַטער באַצאָלט 175 רובל אַ יאָר צו שטערנס אַלמנה אין פֿאַל פֿון זײַן טױט.
אין 1823 האָט דער באַקאַנטער פּױלישער קינסטלער אַנטאָני בלאַנק געמאָלט שטערנס פּאָרטרעט. דעמאָלט איז שטערן געװען אַן ערך 55 יאָר אַלט, און האָט געטראָגן אַ פֿולע גרױ־װײַסע באָרד. מען זעט זײַן קאַפּאָטע און יאַרמלקע, װי אױך אַ טײל פֿון זײַן דריטן חשבון־מכשיר. דאָ געפֿינט זיך אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַ שפּעטערדיקער רעפּראָדוקציע פֿון דער דאָזיקער באַװוּסטער מאַשין.
שטערן האָט אױך אױסגעקלערט אַנדערע מאַשינען װאָס האָבן פֿאַרבעסערט די עפֿעקטיװקײט און זיכערקײט פֿון דער אַגריקולטור. װי פֿריִער דערמאָנט, האָט ער אױך געפֿונען די צײַט צו דינען דער רעגירונג װי דער אױפֿזעער פֿון ייִדישע עלעמענטאַר־שולן (צװישן אַנדערע חובֿות). ער איז געװען אַ משׂכּיל, דאָס הײסט, אַן אָנהענגער פֿון דער השׂכּלה — אַ באַװעגונג װאָס האָט געפּרוּװט אױפֿצוהאַלטן אַ טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטײגער לעבן, װי אױך צו אינטעגרירן אײראָפּעיִשע אידעען װעגן װיסנשאַפֿט, מאַטעמאַטיק, ליטעראַטור און פּאָליטיק.
װי אַ סך משׂכּילים איז שטערן געװען אַ שטרענגער קעגנער פֿון חסידות, װאָס ער האָט געהאַלטן פֿאַר אײַנגעגלײבט און אומראַציאָנעל. זײַנע שריפֿטן קעגן חסידות האָבן אַרױסגערופֿן סײַ באַװוּנדערונג סײַ פֿאַראיבל בײַם ייִדישן עולם. ביז זײַן טױט אין 1842 האָט ער געקעמפֿט — אומזיסט — קעגן דער פֿאַרשפּרײטונג און השפּעה פֿון דער חסידישער באַװעגונג.
לסוף אַ פּערזענלעכע באַמערקונג…מײַן זײדע, יוסף שטערן, איז געבױרן געװאָרן אין ראָבשוי, דאָס געבױרן־אָרט פֿון אַבֿרהם שטערן. צי איז יוסף אפֿשר געװען אַן אָפּשטאַמיקער פֿון אַבֿרהםס משפּחה?
װי מיר האָבן געזען איז אַבֿרהם אָפּגעװען צענדליקער יאָרן אין װאַרשע — און אױף װיפֿל איך װײס האָט ער נישט געהאַלטן קײן נאָענטע פֿאַרבינדונגען מיט ראָבשוי. שױן זשע איז מײַן זײדע געװען אַן אָפּשטאַמיקער פֿון אַבֿרהםס אַ ברודער אָדער קוזין װאָס איז געבליבן אין ראָבשוי? אַזאַ באַציִונג מיט אַ ייִדישן „פֿאָטער“ פֿון קאָמפּיוטערײַ װאָלט בײַ מײַן משפּחה אַװדאי געװען אַ גרױסער כּבֿוד.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
