מזל־טובֿ, דער ייִדיש־רעדנדיקער סאָלדאַט יונתן אַלמן האָט חתונה געהאַט!Mazel tov, Yiddish-speaking soldier Yonatan Alman has married!
זײַנע ייִדישע ווידעאָס פֿונעם ישׂראלדיקן פֿראָנט האָבן צוגעצויגן אַ גרויסן עולם סײַ אין ישׂראל סײַ אין אויסלאַנד.
יונתן אַלמן, דער 34־יאָריקער צה״ל־סאָלדאַט וואָס האָט זינט דעם אָנהייב פֿון דער ישׂראלדיקער מלחמה מיט כאַמאַס, פּראָדוצירט און פֿאַרשפּרייט פֿונעם פֿראָנט צענדליקער ווידעאָס אויף ייִדיש, האָט שוין געפֿונען זײַן באַשערטע!
מיט אַ חודש צוריק איז ער מיט זײַן כּלה, טל פֿינקלמאַן, 30 יאָר אַלט, געשטאַנען אונטער דער חופּה אין רמת־הכּובֿש, אַ קיבוץ אין צענטראַל־ישׂראל. 200 געסט זענען בײַגעווען. הרבֿ אליעזר ווײַס, אַ מיטגליד פֿונעם וועד־הרבנות אין ישׂראל, איז געווען דער מסדר־קידושין. ער האָט גוט געקענט יונתנס טאַטן, שלום אַלמן ז״ל, ווען זיי האָבן מיט יאָרן צוריק נאָך געוווינט אין מאַנטשעסטער, ענגלאַנד.
יונתנס ווידעאָס זענען גוט באַקאַנט דער ייִדיש־וועלט. גלײַך נאָך די שוידערלעכע כאַמאַס־אַטאַקן דעם 7טן אָקטאָבער 2023 איז יונתן געשיקט געוואָרן צום צפֿון־פֿראָנט. אַ ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך האָט ער גלײַך אָנגעהויבן מאַכן און פֿאַרשפּרייטן ווידעאָס אויף ייִדיש, כּדי אויפֿצומינטערן די ישׂראלים און ייִדן איבער דער וועלט בײַ דער שווערער צײַט.
אין איין ווידעאָ זינגט ער דעם פּאַרטיזאַנער הימען („זאָג ניט קיין מאָל“) פֿאָרנדיק אין אַ טאַנק. אין אַ צווייטן, ווײַזט ער ווי מע גרייט זיך צו שיסן אַ באָמבע — מסתּמא צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע וואָס מע ווײַזט אַזאַ זאַך אויף ייִדיש. אין אַנדערע ווידעאָס ווײַזט ער די „מתּנות“ וואָס זײַן טרופּע האָט באַקומען, ווי למשל אַ קוגל לכּבֿוד שבת.
יונתן אַלמן איז געבוירן געוואָרן אין כּפֿר דניאל, אַ מושבֿ אין צענטראַל־ישׂראל, אין 1990. אַ זון פֿון בריטישע עולים האָט ער נישט געקענט ייִדיש פֿון דער היים. ער האָט עס שטודירט ווי אַ יונגערמאַן דורך „דואָלינגאָ“ און האָט אויך געהערט עטלעכע קלאַסן בײַם ייִדישן לערן־אַנשטאַלט „בית שלום עליכם“ אין תּל־אָבֿיבֿ.
יונתן און טל האָבן זיך באַקענט אין נאָוועמבער 2023, נאָך דעם ווי ער האָט אָנגעהויבן פֿאַרשפּרייטן זײַנע ייִדישע ווידעאָס אויף דער סאָציאַלער מעדיאַ, אַרײַנגערעכנט פֿייסבוק.
„פֿייסבוק האָט מיר געהאַלטן אין איין פֿרעגן, צי איך קען דעם מענטש, צי איך קען יענעם מענטש, און איינער פֿון זיי איז געווען טל,“ האָט יונתן געזאָגט דעם פֿאָרווערטס. „האָב איך איר געשיקט אַ פֿרײַנד־בקשה און זי האָט מיר גלײַך געשיקט אַ בריוול, פֿרעגנדיק צי מיר קענען זיך.“
זיי האָבן פֿאַרפֿירט אַ שמועס טעלעפֿאָניש און דאָס האָט דערפֿירט צו נאָך אַ סך אַזוינע שמועסן. זיי האָבן זיך גלײַך געפֿעלן געוואָרן, האָט יונתן געזאָגט — כאָטש זיי האָבן געלעבט אין גאָר אַנדערע וועלטן. אַלמן אַרבעט ווי אַ פֿאַרקויף־ און מאַרקעטינג־אַגענט אין תּל־אָבֿיבֿ. טל איז אַ סטודענטקע בײַם ווײַצמאַן־אינסטיטוט, וווּ זי פֿאָרשט די השפּעה פֿון די עלעקטרישע אימפּולסן אין מוח אויף דער פֿעיִקייט צו מאַכן באַשלוסן און אַנדערע קאָגניטיווע טוּונגען.
„זי איז סײַ אַ שיינע סײַ אַ קלוגע!“ האָט יונתן געזאָגט מיט שטאָלץ.
טרעפֿן האָט מען זיך אָבער נישט געקענט ווײַל טל איז דעמאָלט געווען אין רומעניע, העלפֿנדיק אַ ישׂראלדיקע משפּחה וואָס איז אַוועק אַהין מיט די קינדער נאָכן אָנהייב פֿון דער מלחמה. נאָך דעם ווי זי האָט זיך אומגעקערט צו איר דירה אין רחובֿות, איז יונתן, אַן אײַנוווינער פֿון חולון, סוף־כּל־סוף, געפֿאָרן צו איר, זיך באַקענען פּנים־אל־פּנים. אין גיכן האָבן זיי זיך פֿאַרליבט.
כאָטש טל קען נישט קיין ייִדיש, האָט איר זיידע, אַ לעבן געבליבענער פֿון חורבן וואָס האָט זיך באַזעצט אין דײַטשלאַנד נאָך דער מלחמה, יאָ גערעדט ייִדיש. און ווען יונתן האָט אויף דער חתונה סערענירט זײַן כּלה מיטן ליד „בײַ מיר ביסטו שיין“, האָט זי געשטראַלט פֿאַר נחת.
דאָס גליקע פּאָרפֿאָלק וווינט הײַנט אין איר דירה אין רחובֿות און האָפֿט אינעם קומעדיקן יאָר, אם ירצה השם, צו ברענגען נאָך גוטע בשׂורות — טל שוואַנגערט שוין מיט אַ ייִנגעלע!
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO