ווידעאָ: צוויי ישׂראלדיקע חרדים לויבן דאָס ייִדיש פֿון אַמעריקאַנער חסידים VIDEO: Two Haredi Israelis praise the Yiddish of American Hasidim
זיי פֿאַרגלײַכן דאָס לעבעדיקע ייִדיש אין אַמעריקע מיטן מצבֿ אין ישׂראל, וווּ ווייניק חרדים רעדן אָדער לייענען נאָך אויף ייִדיש.

אַריה ערליך, דער שעף־רעדאַקטאָר פֿון „משפּחה“, וואָס האָט פּראָדוצירט די פּראָגראַם Courtesy of Mishpacha Magazine
אין אַ טשיקאַווען אינטערוויו פּראָדוצירט פֿונעם אַמעריקאַנער זשורנאַל „משפּחה“, פֿירן צוויי חרדישע מעדיאַ־פֿיגורן אין ישׂראל אַ שמועס אויף ייִדיש וועגן דער ייִדישער שפּראַך.
כאָטש הונדערטער טויזנטער חסידים איבער דער וועלט רעדן הײַנט ייִדיש ווי אַ טאָג־טעגלעך לשון איז דאָס רעדן עפֿנטלעך וועגן דער שפּראַך גופֿא נישט קיין געוויינטלעכע דערשײַנונג.
אינעם ווידעאָ, „וואָס הערצאַך?“, שמועסט אַריה ערליך, דער שעף־רעדאַקטאָר פֿון „משפּחה“, מיט וועלוול קירשנבוים, אַ חסידישן מעדיאַ־שטערן אין ישׂראל וואָס האָט שוין אַרויסגעלאָזט אַ צאָל ווידעאָס אויף ייִדיש וועגן דעם חסידישן לעבן אין ישׂראל. אין איינעם, למשל, באַזוכט ער עטלעכע שילן אין ירושלים, אַרײַנגערעכנט דעם פּרעכטיקן, גרויסן בעלזער בית־מדרש, ווי אויך אַ פּאָר קליינטשיקע, באַשיידענע שטיבלעך וואָס געפֿינען זיך אין די אָרעמע געסלעך פֿון דער שטאָט.
במשך פֿונעם שמועס פֿאַרגלײַכן ערליך און קירשנבוים דעם מצבֿ פֿון ייִדיש בײַ די אַמעריקאַנער חסידים מיט דער סיטואַציע אין ישׂראל. „איך לערן זיך פֿון מאָל צו מאָל אין אַמעריקע,“ זאָגט קירשנבוים. „ווען אַ קינד שטעלט פֿאָר אַ מעשׂה פֿאַרן טאַטן וועגן וואָס איז הײַנט פֿאָרגעקומען אין חדר, לייגט ער עס אַראָפּ, ס׳איז געדיכט!… ס׳איז מעכטיק!… און זיי זאָגן דאָס מיט אַ ניגון… און איך רעד ווי די ירושלימער רעדן, טרוקן… מע ווייסט נישט ווען ביסטו פֿריילעך, ווען ביסטו נערוועז.“
„און זיי לייענען אויף ייִדיש! זיי שרײַבן אויף ייִדיש!“ גיט ערליך צו מיט באַוווּנדערונג. אין ישׂראל לייענען ס’רובֿ חרדים אַ פּנים בלויז עבֿרית און לשון־קודש — „אַחוץ די חסידישע מיידלעך, וואָס לערנען ייִדיש אין די ‘שולעס’!“ גיט ערליך צו.
כאָטש פֿון צײַט צו צײַט זאָגן זיי אַרויס עפּעס נישט־פּינקטלעכס — למשל, אַז סע זענען נישטאָ קיין נײַע ייִדישע ווערטער — איז פֿאָרט אינטערעסאַנט צו הערן ווי זיי זעען דעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון ייִדיש אין די חרדישע קרײַזן.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
That’s why I’m paying it Forward, by matching $36,000 of reader gifts. It’s an investment in the Forward’s newsroom, to continue telling the American Jewish story with truth and independence.
— Joel Brown, Forward board chair
