Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

זלמן שניאורס ליטעראַרישער װעג צװישן העברעיִש און ייִדישZalman Shneour’s path between Yiddish and Hebrew

שניאורס אַרומנעמיקער אימאַזש פֿון זײַן הײמשטאָט שקלאָװ איז דאָס שענסטע צװישן די פֿאַרגעסענע מײַסטערװערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

צװישן אַלע פֿאַרגעסענע ייִדישע שרײַבער איז זלמן שניאור (1887 – 1959) ביז לעצטנס געװען דער סאַמע גרעסטער. בײַם לעבן איז ער געװען באַרימט סײַ צוליב זײַנע העברעיִשע לידער סײַ צוליב זײַן ייִדישער פּראָזע. ער האָט זיך געלערנט אין צװײ ליטעראַרישע חדרים, בײַ חיים־נחמן ביאַליקס און בײַ יצחק לײבוש פּרצעס. זײַנע העברעיִשע לידער זײַנען אַרױס אין 1906 און זײַנע „געזאַמלטע װערק‟ אױף ייִדיש אין 1909, װען ער איז געװען 22 יאָר אַלט. צװישן די בײדע װעלט־מלחמות איז שניאור געװען, צוזאַמען מיט שלום אַש, דער סאַמע חשובֿער פּראָזע־שרײַבער אין פֿאָרװערטס. ער איז געװען גװאַלדיק פּראָדוקטיװ: אָנגעשריבן צװײ פֿינף־בענדיקע ראָמאַנען, „עםי־הארצים‟ (1939, אױך באַקאַנט אונטערן טיטל „נח פּאַנדרע‟); „קיסר און רבי‟ (1944 – 1952), און אַ צאָל קלענערע אָבער אױך װאָגיקע ווערק. די סאַמע באַרימטע זײַנען צװײ נאָװעלן־זאַמלונגען „שקלאָװער ייִדן‟ (1929) און „פֿעטער זשאָמע‟, װאָס לאָזן זיך לײענען װי אַ מין ראָמאַן. במשך פֿון די יאָרן נאָך זײַן טױט, איז שניאור אָבער פֿאַרגעסן געװאָרן.

די נײַע „ליטעראַרישע מאָנאָגראַפֿיע‟ פֿון דער ישׂראלדיקער ליטעראַטור־פֿאָרשערין לילך נתנאל, „מן החיים והמװת‟ (פֿון לעבן און טױט) איז אַ װיכטיקער אױפֿטו, װאָס באַטראַכט שניאורס צװײשפּראַכיקע ליטעראַרישע ירושה פֿון אַ הײַנטצײַטיקן מעטאָדאָלאָגישן שטאַנדפּונקט. דער ערשטער טײל פֿונעם בוך איז געװידמעט דער יוגנט־תּקופֿה פֿון שניאורס ליטעראַרישער קאַריערע, װען ער האָט זיך קונה־שם געװען װי ביאַליקס אַ יורש אין דער העברעיִשער דיכטונג. אַ װיכטיקער אידעיִשער און עסטעטישער קער אין זײַן שאַפֿונג איז פֿאָרגעקומען בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה. די דאָזיקע יאָרן האָט שניאור פֿאַרבראַכט אין בערלין, װוּ די דײַטשן האָבן אים פֿאַרהאַלטן װי אַ רוסישן בירגער. דאָ האָט ער אָנגעשריבן זײַן באַרימטע העברעיִשע פּאָעמע „וילנה‟, אַ מין פּאָעטישע רעקאָנסטרוקציע פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן, װאָס איז אַװעק אין דער אײביקײט.

„וילנה‟ שטײט אױפֿן „קולטורעלן שײדװעג צװישן מיזרח און מערבֿ‟ אין שנאיורס שאַפֿונג, האַלט נתנאל. די קולטורעלע אָריענטאַציע פֿון זײַן יוגנטלעכער דיכטונג איז געװען קײן מערבֿ. דעמאָלט האָט שניאור בדעה געהאַט איבערצופֿלאַנצן די מאָדערנע אײראָפּעיִשע פּאָעטיק אױפֿן העברעיִשן באָדן. פֿון זײַן בערלינער געפֿאַנגענשאַפֿט קוקט ער קײן מיזרח־אײראָפּע, װוּ דער אַלטער ייִדישער לעבן־שטײגער האָט געהאַלטן בײַם פֿאַרשווינדן ווערן. שניאור מאָלט אַ פּרטימדיקע לאַנדשאַפֿט פֿון דער אַמאָליקער װילנע, װוּ ער האָט פֿאַרבראַכט כּמעט צװײ יאָר צװישן 1904 און 1906. אַזאַ מין ניכטערע פּרטימדיקײט װערט שפּעטער אַ סימן־מובֿהק פֿון זײַן ייִדישער פּראָזע.

נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה נעמט זיך שניאור אונטער אַ ריזיקן שעפֿערישן פּראָיעקט: מחיה־מתים זײַן זײַן הײמשטאָט שקלאָװ דורך זײַן זכּרון און כּוח־הדמיון. גורלדיק פֿאַר זײַן דערפֿאָלג איז געװען דאָס באַגעגעניש מיט אב קאַהאַן אין בערלין אין 1921. בכלל זײַנען די ייִדישע און העברעיִשע ליטעראַטן פֿון בערלין געגאַנגען אויף פֿאַרשידענע דרכים. אורי־צבֿי גרינבערג, למשל, איז אַװעק קײן ארץ־ישׂראל און האָט, צוליב העברעיִש, פֿאַרלאָזט ייִדיש אױף לאַנגע יאָרן.

שניאורס באַשלוס איז געװען אַ פֿאַרקערטער. ער האָט זיך באַזעצט אין פּאַריז און האָט אין גיכן זיך קונה־שם געװען מיט זײַנע שילדערונגען פֿונעם אַמאָליקן שקלאָװ. נתנאל האָט פֿעסטגעשטעלט, אַז דאָס איז געװען אַן עצה פֿון קאַהאַן, װאָס האָט געהאַט אַ גוטן חוש פֿאַר דעם געשמאַק פֿון זײַן עולם. די דאָזיקע טעמע איז געװען פּאָפּולער אױך בײַם העברעיִשן לײענער אין ארץ־ישׂראל. אָבער דער נײַער אַװאַנגאַרדיסטישער שטראָם אין דער העברעיִשער דיכטונג איז שניאורן געװען פֿרעמד.

שניאור האָט פֿאַרלאָזט שקלאָװ אינעם עלטער פֿון דרײַצן צי פֿערצן יאָר און איז אַװעק אין דער גרױסער װעלט. ער האָט געלעבט אין אָדעס, װילנע, װאַרשע; דערנאָך שטודירט אין דער שװײץ, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד און באַזוכט אַמעריקע. ער איז אַנטלאָפֿן פֿון חורבן קײן ניו־יאָרק, און האָט זיך צום סוף פֿון זײַן לעבן באַזעצט אין מדינת־ישׂראל. להיפּוך צו קאַהאַן און אַנדערע אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער װי שלום אַש, יוסף אָפּאַטאָשו, ברוך גלאַזמאַן און פּרץ הירשבײן, האָט שניאור קײן מאָל ניט באַזוכט דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. נתנאל האַלט, אַז די סיבה דערפֿאַר איז געװען אַ פּאָליטישע, כאָטש עס איז ניט קלאָר, צי שניאור איז טאַקע געװען פֿאַרטאָן אין אַנטי־סאָװעטישע אַקטיװיטעטן װען ער האָט געוווינט אין פּאַריז אין די 1920ער־1930ער יאָרן. אַ פּנים האָט ער פּשוט ניט געהאַט קײן אינטערעס צוריקצופֿאָרן אין דער אַלטער הײם. אים איז געװען װיכטיקער צו שילדערן זײַן שקלאָוו װי אַ שטאָט, װאָס איז מער ניטאָ, װאָס עקזיסטירט בלױז אין זײַן שעפֿערישן זכּרון. און דװקא דאָס האָט אױסגענומען בײַ זײַן ייִדישער און העברעיִשער לײענערשאַפֿט.

אינעם צװײטן טײל פֿון איר שטודיע באַטראַכט נתנאל ביאַליקס און פּרצעס השפּעה אױפֿן יונגן שניאור. בײַ פּרצן אין שטוב האָט זיך שניאור באַקענט מיט שלום אַש און דאָ האָט זיך שױן אַרױסגעװיזן דער פּרינציפּיעלער קינסטלערישער חילוק צװישן די צװײ מחברים. נתנאל באַמערקט, אַז פּרץ האָט ליב געהאַט הײמישע פּױלישע ליטעראַטן אָבער האָט זיך באַצױגן גאַנץ קאַלטלעך צו די ליטװאַקעס. די פּױלישע, און אַש בתוכם, האָבן געהאַט אַ נטיה צו סענטימענטאַלער ראָמאַנטיק, בעת די ליטװאַקעס זײַנען געװען מער ראַציאָנאַל און רעאַליסטיש. דאָס איז אַװדאי אַ קולטורעלער סטערעאָטיפּ, אָבער אַזאַ קאָנטראַסט לאָזט בעסער פֿאַרשטײן דעם אונטערשיד צװישן אַש און שניאור. שניאורס בילדער פֿון שקלאָװ זײַנען אָפֿטמאָל איראָניש אָבער לגמרי ניט סענטימענטאַל. שניאור, להיפּוך צו אַש, װיל בשום־אופֿן ניט פֿאַרשענערן דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן, ער האָט מער אינטערעס צו אַ ניכטערן גשמיות אײדער צו אַ הײמישן רוחניות.

שניאור האָט געװידמעט שקלאָװ העכער װי אײן טױזנט זײַטן פֿון זײַן פּראָזע. אינעם דריטן טײל פֿון איר בוך אַנאַליזירט נתנאל די אױספֿורעמונג פֿונעם אימאַזש פֿון שקלאָװ װי אַ „ליטעראַרישע לאַנדשאַפֿט‟ אין שניאורס שאַפֿונג, פֿון „שקלאָװער ייִדן‟ ביז „קיסר און רבי‟. זײַן שקלאָװ איז אַ קהילה װאָס לעבט אינעם עבֿר, צו װעלכן מען קען זיך ניט אומקערן. װי אַ ליטעראַרישער פּראָדוקט איז דער דאָזיקער אימאַזש אױסגעפֿאַרטיקט געװאָרן אין דער מולטי־קולטורעלער, ייִדיש־פֿראַנייזיש־רוסישער סבֿיבֿה פֿון פּאַריז צװישן בײדע װעלט־מלחמות. נתנאל באַטראַכט פּרטימדיק די השפּעה פֿון דער פֿראַנצױזישער ליטעראַטור, קודם־כּל פֿון עמיל זאָלאַ.

ניט װײניקער פֿון דער פֿראַנייזישער ליטעראַטור איז שניאור געװען באַהאַװנט אין דער רוסישער. עס װאָלט געװען װיכטיק װײַטער אױסצופֿאָרשן זײַנע באַציִונגען מיט דער בערלינער און פּאַריזער רוסישער עמיגראַנטישער סבֿיבֿה אין די 1920ער־1930ער יאָרן. בײַ שניאורן אין שטוב האָט מען גערעדט רוסיש, און ער האָט בלי־ספֿק געלײענט די הײַנטצײַטיקע אימיגראַנטישע רוסישע ליטעראַטור. דורך זײַן פֿרײַנד זאבֿ זשאַבאָטינסקי איז שניאור מסתּמא געװען באַקאַנט מיט מיכאיל אָדאָרגין, דעם רוסישן שרײַבער װאָסער ראָמאַן „סיװצעװ װראַזשעק‟, װעגן אַמאָליקער מאָסקװע, איז ענלעך אין סטיל און שטימונג צו שניאורס בילדער פֿון שקלאָװ. אין 1912 האָט זיך אָסאָרגין מגײר געװען כּדי חתונה צו האָבן מיט רחל גינסבערג, אחד־העמס טאָכטער. און כאָטש שפּעטער האָבן זײ זיך געגט, איז אָסאָרגינ פֿאַרבליבן נאָענט צו דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ.

דער רוסיש־ייִדישער זשורנאַליסט זלמן פּאָליאַקאָװ־ליטאָװצעװ (ער האָט אויך געשריבן פֿאַרן פֿאָרװערטס), װעלכער האָט געלעבט אין פּאַריז אין יענע יאָרן, האָט אין 1943, לכּבֿוד דעם פֿערציקסטן יאָרטאָג פֿון שניאורס ליטעראַרישער טעטיקײט, געשריבן אינעם ניו–יאָרקער רוסישן „נײַעם זשורנאַל‟: „שניאור האָט אַרײַנגעבראַכט ‘האַרטנעקיקײט’ אין דער ייִדישער ליטעראַטור. ער מאַכט ניט קײן שהיות מיט זײַנע פּערסאָנאַזשן.‟ פּאָליאַקאָװ־ליטאָװצעװ האָט ספּעציעל געשעצט שנאיורס „התמדהדיקע‟ שילדערונגען פֿון נאַטור, חיות און מענטשן. אין זײַנע װערק האָט שניאור געשאַפֿן „אַ צאַפּלדיקן אָפּקלאַנג פֿון אַ װײַטן אַמאָליקן פֿרילינג‟. אײראָפּעיִשע קריטיקער, װאָס זײַנען געװען װײַט פֿון דער ייִדישער קולטור, האָבן זיך פּאָזיטיװ אָפּגערופֿן אױף די איבערזעצונגען, װאָס זײַנען דערשינען אין די 1930ער און 1940ער יאָרן. דער ענגלישער קריטיקער עליס ראָבערטס האָט אַפֿילו פֿאַרגליכן „נח פּאַנדרע‟ מיט די ראָמאַנען פֿון טשאַרלז דיקענס.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.