בילד פֿון צוועלעפֿטן סעפּטעמבערA Picture of September Twelfth
אַ ליד לזכר די קרבנות פֿון די טעראָריסטישע אַטאַקן אין אַמעריקע, וואָס זענען פֿאָרגעקומען הײַנט מיט 18 יאָר צוריק.
בילד פֿון צוועלעפֿטן סעפּטעמבער
אינעם
אויף צו להכעיס
פּרעכטיק שיינעם טאָג
געהאָנגען האָסט
פֿון מיר אַרויס
טויזנט מאָל
אַ פֿאָטאָ
פּרעכטיק שיין.
שטאַרק פֿאַרקירצטער
ביאָ,
ציפֿערן
סטאַטיסטיש טרוקן
קינדער אויפֿן שויס
מײַן שמייכל אייביק וואַרעמער
באַגריסט האָט
אַלע פֿאָרערס
אויפֿגעשוידערטע
וואָס האָבן נאָך געהאַט
וווּהין צו גיין.
אַיעדן סלופּ און וואַנט
באַדעקט,
דײַן מאַן צו ליב
געמאַכט אים אויף אַ רגע
גוט באַקאַנט.
נאָר זאָג זשע מיר, נשמהלע,
וווּ האָסטו געמיינט בין איך אַוועק?
פֿון דער זאַמלונג “פּלוצעמדיקער רעגן”