דאָקומענטאַר־פֿילם: פֿיר דורות פֿון ייִדישן לעבן אין לאָדזשDocumentary: Four Generations Of Jewish Life in Lodz
דער פֿאָקוס פֿונעם פֿילם איז אַ שטיללעבן־בילד וואָס איז געהאָנגען אין דער זעלבער לאָדזשער דירה במשך פֿון 80 יאָר.

Graphic by Angelie Zaslavsky
Still Life in Lodz EN trailer from LOGTV FILMS on Vimeo.
מאָנטיק, דעם 6טן יאַנואַר, אינעם „ראַיע קושנער ישיבֿה‟ אין ליווינגסטאָן, ניו־דזשערזי, וועט מען ווײַזן אַ נײַעם דאָקומענטאַר־פֿילם „שטיללעבן אין לאָדזש‟ פֿונעם פּויליש־ייִדישן רעזשיסאָר סלאַוואָמיר גרונבערג, וואָס שילדערט פֿיר דורות פֿונעם לאָדזשער ייִדישן לעבן.
אין ליווינגסטאָן וווינט הײַנט אַ גרויסע צאָל ייִדן וואָס זייערע עלטערן זענען דערצויגן געוואָרן אין פּוילן.
דער פֿילם שילדערט דעם אַמאָליקן ייִדישן ייִשובֿ אין לאָדזש דורך אַ טשיקאַווען קוקווינקל: אַ שטיללעבן־מאָלערײַ אין אַ לאָדזשער דירה וואָס האָט באַלאַנגט צו פֿיר דורות פֿון אַ ייִדישער משפּחה — פֿונעם סוף פֿון דער צאַרישער אימפּעריע ביז דעם גירוש פֿון די פּוילישע ייִדן אין 1968. דאָס לעבן פֿון די ייִדישע אייגנטימער און זייערע איבערלעבונגען ווערן איבערגעגעבן דורך אַנימאַצעס, וואָס גיבן צו אַ נאָוואַטאָרישן עלעמענט צו דעם דאָקומענטאַר־פֿילם.
„שטיללעבן אין לאָדזש‟ נעמט אויך אַרײַן עטלעכע שמועסן מיט הײַנטיקע לאָדזשער ייִדן און זייערע קינדער און מע „באַגלייט‟ עטלעכע פֿון זיי קיין לאָדזש וווּ זיי באַזוכן די דירה, וווּ דאָס בילד איז אַ מאָל געהאָנגען.

אַן אַנימירטע סצענע פֿונעם פֿילם Image by Slawomir Grünberg
אויף דער רײַזע פֿאָרן לילקע עלבוים, וואָס האָט ביז 1968 געוווינט אין דער דירה מיטן מאָלערײַ, און פּאַול צעלאַר, וועמענס מאַמע האָט איבערגעלעבט דעם לאָדזשער געטאָ. צעלאַר וווינט הײַנט אין ליווינגסטאָן, און עלבוים אין באָסטאָן. אין לאָדזש טרעפֿן זיי זיך מיט דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער קינסטלערין רוני בן אַרי, וועמענס טאַטע און זיידע זענען געווען פּראָמינענטע טעקסטיל־פֿאַבריקאַטן אין לאָדזש. דער פֿילם וועבט צונויף זייער באַזוך מיט אַרכיוואַלע פֿילמען פֿון די געטאָ־יאָרן, אַנימאַציעס און קונסטווערק, וואָס שילדערן דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן אין לאָדזש.
דעם פֿילם, וואָס עס איז פּראָדוצירט געוואָרן דורך דער לאָדזשער מלוכישע פֿילם־אַגענטור און דער „נאַציאָנאַלער צענטער פֿאַר ייִדישן פֿילם‟, וועט מען ווײַזן זיבן אַ זייגער אין אָוונט. די ווײַזונג פֿונעם פֿילם איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.
נאָך מער אינפֿאָרמאַציע, שרײַבט: [email protected].
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

