Skip To Content
Get Our Newsletter
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.

Support the Forward

Funded by readers like you DonateSubscribe

רעפֿעראַט אין ניו־יאָרק וועגן ייִדישער קינדער־ליטעראַטורUpcoming lecture in NY about Yiddish children’s literature

מרים יודל וועט דערקלערן ווי די ווערק געשאַפֿן אויף ייִדיש פֿאַר קינדער האָבן אָפּגעשפּיגלט די פּאָליטישע און רעליגיעזע פּרינציפּן פֿון זייערע מחברים.

שוין עטלעכע יאָר ווייסן די ייִדיש־פֿאָרשער, ווי אויך די פֿאַרלעגער פֿון קינדערביכער, אַז טאָמער האָט מען אַ פֿראַגע וועגן דער אַמאָליקער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור אויף מאַמע־לשון, דאַרף מען פֿרעגן ד׳׳ר מרים יודל.

ד׳׳ר יודל פֿאָרשט שוין יאָרן לאַנג די טעמע און באַטראַכט אַ ריי שײַכותדיקע פֿראַגעס: דהיינו — ווי אַזוי האָבן די מחברים געוואָלט משפּיע זײַן אויף זייערע יונגע לייענער און מיט וואָס שפּיגלען אָפּ זייערע ווערק די רעליגיעזע און פּאָליטישע אונטערשיידן בײַ ייִדן? ניט נאָר איז ד׳׳ר יודל אַ פֿאָרשערין, נאָר אויך אַן איבערזעצערין, וואָס דורך איר אַרבעט וויל זי ברענגען די ייִדישע קינדער־ליטעראַטור צום ברייטן עולם. איר לאַנגע כרעסטאָמאַטיע, „האָניק אויפֿן זײַטל‟, וואָס נעמט אַרײַן מער ווי הונדערט דערציילונגען, מעשׂיות און לידער אין איר אייגענער ענגלישער איבערזעצונג, וועט אַרויס אין אָקטאָבער 2020.

דאָנערשטיק, דעם 2טן אַפּריל, וועט ד׳׳ר מרים יודל רעדן אויף דער טעמע, „ווי די ייִדישע ליטעראַטור האָט מאָדערניזירט ייִדיש‟ בײַם יערלעכן רעפֿעראַט לזכר דעם פּעדאַגאָג ד׳׳ר נעמי פּראַווער־קדר בײַם „קאָלומביע־אוניווערסיטעט‟. די טעמע איז ספּעציעל פּאַסיק, ווײַל ד׳׳ר פּראַווער־קדרס פֿאָרשאַרבעט וועגן דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור אין אַמעריקע האָט טאַקע אינספּירירט ד׳׳ר יודל זיך איבערצוגעבן דערמיט אין אירע אייגענע פֿאָרשונגען.

די פּראָגראַם, בײַ דער „קאָלאָמביע־גראַדויִר־שול פֿון זשורנאַליזם‟, אינעם זאַל אויפֿן נאָמען פֿון דזשאָסעף פּוליצער, הייבט זיך אָן 6:30 אין אָוונט מיט אַ קבלת־פּנים און דער רעפֿעראַט גופֿא הייבט זיך אָן 7:30. דער אײַנטריט איז בחינם.

נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.

Dive In

    Engage

    • SHARE YOUR FEEDBACK

    • UPCOMING EVENT

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free under an Attribution-Non Commercial-No Derivatives Creative Commons license as long as you follow our republishing guidelines, which require that you credit Foward and retain our pixel. See our full guidelines for more information.

    To republish, copy the HTML, which includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline, and credit to Foward. Have questions? Please email us at help@forward.com.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.