Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ל״ג בעומר: פּחד פֿאַר דער מגפֿה קאָן זײַן ערגער ווי די מגפֿה אַלייןLag B’Omer: Fear of a plague can be worse than the plague itself

אַ משל פֿון דעם בן איש חי וועגן אַ שמועס צווישן אַ ייִד און דעם מלאך־המוות אין די צײַטן פֿון דער כאָלערע.

אין די דאזיגע צייטן, ווען ס׳הערשט ביי אונדז דא א מגפה רחמנא לצלן, איז זייער וויכטיג זיך צו האלטן ראויג. דא וועל איך אייך פארציילן אביסל פון דעם גרויסן גאון, דער בן איש חי’, וואס איז געווען א פירער פאר טויזענטער אידן, און וואס ער האט געזאגט און געשריבן ווען עס איז אין זיינע צייטן אויך געווען א מגיפה.

הרב יוסף חיים פון באגדאד ע”ה, וואס מען האט אים אויך גערופן דער בן איש חי’, איז געבוירן געווארן כ”ז אב תקצ”ה אין באגדאד. ווען ער איז געווען זיבן יאר אלט איז ער אריינגעפאלן אין א טיפן ברונעם און ער האט געזען אז זיין לעבן איז אין א סכנה. האט ער געמאכט א נדר דעמאלטס אז אויב ער וועט ווערן געראטעוועט וועט ער אוועקגעבן זיין גאנץ לעבן פאר לימוד התורה. בדרך נס איז ער געראטעוועט געווארן, און פון דעמאלטס אן האט ער אנגעהויבן לערנען מיט זיין פעטער, א ברודער פון זיין מאמע, הרב דוד חי’ מאיר יוסף ניסים סלמאן פון די שטאט עתיק.

ווען ר׳ יוסף חיים איז געווען 14 יאר אלט, אפילו ער איז געווען אזוי יונג, האט מען אים אויפגענומען צו זיין א רבי’ אין א בית מדרש מיט גרויסע רבנים — דער בית זלכה בראשותו הרב עבדאללה סומך. ביי די 17 האט ער חתונה געהאט מיט א שוועסטערקינד פונעם ראש ישיבה זיינעם, הרב עבדאללה סומך. ער האט געהאט צוויי קינדער, א אינגל און א מיידל. ז’ אלול תרי”ת איז זיין טאטע הרב אליהו חיים אוועק פון דער וועלט. ר’ יוסף חיים איז דעמאלט געווען 24 יאר אלט. ווען ער איז אויפגעשטאנען פון שבעה זיצן האט ער געגעבן זיין ערשטע דרשה פאר א גרויסן ציבור, און מען האט אים דערנאך אויפגענומען צו זיין דער מנהיג פון קהילת באגדאד.

זיין הנהגה איז געווען אז ער האט געענפערט אלע שווערע שאלות און ער פלעגט געבן א דרשה יעדן שבת נאך מנחה פאר טויזענטער מענטשן. דער ראש הדיינים פון באגדאד האט געזאגט אז אויב הרב יוסף חיים וועט זאגן אויף רעכטס אז עס איז לינקס, און אויף לינקס אז דאס איז רעכטס, וועט ער אליין נישט מהרהר זיין אויף דעם.

אין יאר תרכ”ח איז ער געפארן קיין ארץ ישראל מיט זיין ברודער, הרב יחזקאל. זיי זענען אנגעקומען י”ב אייר צו די שטאט דמשק און דארט האבן זיי אסאך תלמידי חכמים אפגעווארט. מען האט זיי באגלייט צו קברי תנאים אין צפון פון ארץ ישראל. דארטן איז ר׳ יוסף חיים געזעסן א פאר טעג לאנג ביים קבר פון בניהו בן יהוידע, דעם הויפט גענעראל ביי שלמה המלך און ראש פונעם סנהדרין און עס זענען נתגלה געווארן פאר אים גרויסע סודות התורה. עס שטייט אז זיין נשמה קומט טאקע פון די נשמה פון בניהו בן יהוידע און צוליב דעם האט ער גערופן איינע פון זיינע ספרים „בן יהוידע‟. אויפן וועג איז ער אויך ארויפגעגאנגען צום קבר פון רבי’ שמעון בר יוחאי און ער האט מחבר געווען דעם ניגון „ואמרתם כה לחי‟ וואס מען זינגט נאך ביז היינט יעדן ל”ג בעומר.

פון דארטן איז ער געגאנגען קיין ירושלים ווי מען האט אים אויפגענומען מיט גרויס כבוד און פראכט. איינע פון די סיבות פארוואס ער איז געפארן צום ארץ הקודש איז צו לערנען אין ישיבת המקבלים אין שטאט בית א-ל. פון דארט איז ער געגאנגען צו די מערת המכפלה צו די אבות הקדושים און נאכדעם איז ער צוריק אהיים געפארן. ער האט מיטגענומען מיט זיך די הייליגע זאמד פון ארץ ישראל און ווען ער איז אנגעקומען צוריק אהיים האט ער דאס אויסגעשיט אויף דער ערד פון בית מדרש.

אין צווישן תקצ”ה און תרס”ג איז געווען א מגיפה אין רוסלאנד, אמעריקע און אייראפע וואס האט געהייסן קוליר”א (כאָלערע). די דאקטוירים האבן געזאגט דארטן אז א יעדער זאל בלייבן אינדערהיים און נישט ארויסגיין. דער בן איש חי האט געזאגט אז בעסער נישט צו בלייבן אינדערהיים, נאר ארויסגיין אינגאנצן פון שטאט, ווייל די דאזיגע מגיפה קען שאטן מיט שרעק און פחד. קיינער וועט נישט וויסן וואס גייט פאר און עס וועט הערשן א טומל און א פחד ביי אלעמען. דער בן איש חי’ האט דעמאלטס ארויסגעגעבן א מעשה בדרך משל ומליצה אז עס איז אמאל געווען א מענטש וואס האט געטראפן דעם מלאך המוות און האט געפרעגט ביים מלאך המוות, וויפיל מענטשן ווילסטו הרגנ’ען אין די שטאט? האט ער אים געענפערט: 5,000. צום סוף איז אין יענע שטאט אבער אוועק 15,000 מענטשן פון די קוליר”א מגיפא. ווען דער מלאך המוות איז ארויס פון יענע שטאט האט אים יענע מענטש אפגעווארט און געפרעגט: היתכן, דו האסט מיר געזאגט ליגנד? האט דער מלאך המוות זיך פארענפערט, זאגנדיג אז ער האט נאר דערהרגעט 5,000, און די איבריגע 10,000 זענען אוועק צוליב דעם שרעק וואס זיי האבן געהאט פון די מגיפה. אויף דעם זאגט דער בן איש חי אז עס איז בעסער ארויס צו גיין פון שטאט ווי מען זעט נישט ווי מענטשן שטארבן און מען זאל נישט הערן קיין נישט־גוטע בשורות, און ער האט מתיים געווען מיט א ברכה אז דער באשעפער זאל טאקע העלפן און מבטל זיין אלע שלעכטע גזירות, און מען זאל הערן נאר גוטע בשורות.

לאמיר אלע זינגען צוזאמען, ואמרתם כה לחי…

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.