רעפֿעראַט אויף ייִדיש וועגן קאָמוניסטישער ייִדישער קינדער־ליטעראַטורLecture in Yiddish on communist Yiddish children’s literature
ד׳׳ר מרים יודל וועט דערקלערן ווי אַזוי די ווערק פֿון לייב קוויטקאָ און כאַווער פּאַווער האָבן אָפּגעשפּיגלט קאָמוניסטישע אידעאַלן.

Graphic by Angelie Zaslavsky
ס׳איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אַז אַ סך ליטעראַרישע קריטיקער און איבערזעצער וואָס האָבן געשאַפֿן אַנטאָלאָגיעס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿאַרן אַמעריקאַנער ענגליש־לייענענדיקן עולם האָבן בכּיוון ניט אַרײַנגענומען ווערק מיט אַ פּאָליטיש לינקן טעם. דאָס איז בפֿירוש אמת וואָס שייך דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור. אַ סך פֿון די פּאָפּולערסטע ווערק אויף דער אַמעריקאַנער ייִדישער גאַס זענען קיינמאָל ניט דערשינען אויף ענגליש ווײַל זיי האָבן אָפּגעשפּיגלט קאָמוניסטישע אידעאַלן אָדער אַרויסגערופֿן אַ חשד בײַ די לייענער, ווײַל זייערע מחברים זענען געווען קאָמוניסטן.
אַז די „קאַלטע מלחמה“ איז שוין לאַנג אויס, האָט דער הײַנטיקער דור פֿאָרשער קיין מורא ניט צו באַהאַנדלען אַזעלכע ווערק אין זייער פֿאָרשונג. ד׳׳ר מרים יודל האָט למשל, אַרײַנגענומען עטלעכע מעשׂיות פֿון קאָמוניסטישע מחברים אין איר אַנטאָטאָלאָגיע „האָניק אויף דער זײַט“, וואָס וועט אַרויסקומען אין אָקטאָבער, און שרײַבט וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרש־אַרטיקלען וועגן דער טעמע — קאָמוניזם און דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור.

Image by Yiddish Book Center
דינסטיק, דעם 19טן מײַ, 12 אַ זייגער קאַליפֿאָרנער צײַט (3 אַ זייגער אין ניו־יאָרק) וועט ד׳׳ר יודל האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש: „דער טאַטע סטאַלין, די מאַמע מאָלי: דער ייִדישער קאָמוניזם צווישן משפּחה און מלוכה“ אין וועלכן זי וועט אַרומרעדן די ווערק פֿון כאַווער פּאַווער און לייב קוויטקאָ און ווי זיי האָבן סײַ אָפּגעשפּיגלט קאָמוניסטישע אידעאַלן, סײַ די פּאָליטישע אונטערשיידן צווישן די צוויי מחברים. דער רעפֿעראַט ווערט אײַנגעאָרדנט דורך דעם אָפּטייל פֿון ייִדישע לימודים בײַ ”סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט“, וואָס אָרגאַניזירט יעדעס יאָר אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש ווי אַ טייל פֿון אַ סעריע אויפֿן נאָמען פֿון קלייר סומף.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
