ווידעאָ: ריטשל און ריווטשו טוען אויס די מאַסקעסWATCH: Ritchel and Rivchu remove their masks
ריקי רויזעס הומאָריסטישע סקיצע וועגן צוויי סאַטמערער ייִדענעס וועט איצט ווערן אַ גאַנצע סעריע, פּראָדוצירט פֿונעם נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער.

Image by New Yiddish Rep
פֿון אַלע מינים שרײַבן, האַלט איך אַז דאָס שווערסטע איז דאָס שרײַבן קאָמעדיע. די קאָמיקערין און פֿאָרווערטס־שרײַבערין ריקי רויז האָט אַ סך טאַלאַנט אויף אָט דעם געביט. צוזאַמען מיט איר פֿרײַנדינע חנה גימל, האָט זי מיט אַנדערהאַלבן חודש צוריק געשאַפֿן אַ ווידעאָ וועגן צוויי סאַטמערער באָבעס, ריטשל און ריווטשו, וואָס שמועסן אויף ייִדיש וועגן דעם קאָראָנאַ־ווירוס, וועגן זייערע אייניקלעך און אַנדערע טאָג־טעגלעכע מוטשענישן.
דעם ווידעאָ, פּראָדוצירט פֿונעם פֿאָרווערטס אין מײַ, קען מען זען דאָ.
די וואָך איז אָנגעקומען די ידיעה, אַז דער נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער וועט פֿון דער חבֿרשאַפֿט פֿון די צוויי באָבעס מאַכן אַ גאַנצן ”סיטקאָם“, אַ קאָמעדיע־סעריע וווּ עס וועלן זיך אויך באַטייליקן אַנדערע אַקטיאָרן ווי אויטענטישע חסידישע טיפּן.
אינעם ערשטן קאַפּיטל פֿון דער נײַער סעריע, וואָס מע קען זען אויבן, טרעפֿן זיך ריטשל און ריווטשו פּנים־אל־פּנים צום ערשטן מאָל זינט דעם אויסברוך פֿון דער פּאַנדעמיע.
אַזוי ווי עס טרעפֿט אָפֿט אין דער בעסטער קאָמעדיע, באַווײַזן זיך אויך ערנסטע מאָמענטן. פֿאַר וואָס, למשל, קריטיקירן ריטשל און ריווטשו יענע מענטשן וואָס וואַרפֿן אַוועק די שאָלעכצן פֿון די עפּל? דערוויסט מען זיך באַלד דעם ענטפֿער: ווײַל אין לאַגער איז דאָס געווען דער איינציקער טייל פֿונעם עפּל, וואָס מע האָט זיי געגעבן צו עסן.
דער ווידעאָ איז פֿול מיט חן און מיר קוקן אַרויס אויף די ווײַטערדיקע קאַפּיטלען. זאָל זײַן מיטן רעכטן פֿוס!
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
