ער האָט מיך אינספּירירט ליב צו האָבן מאַטעמאַטיקA person who inspired me to enjoy math
דער גרויסער מאַטעמאַטיקער, דזשאָן קאָנוויי, איז הײַיאָר געפֿאַלן אַ קרבן פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס.

Graphic by Angelie Zaslavsky
מיט עטלעכע חדשים צוריק איז איינער פֿון די גרעסטע פּאָפּולאַריזאַטאָרן פֿון מאַטעמאַטיק אין דער וועלט, דזשאָן האָרטאָן קאָנוויי, געשטאָרבן פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס אין ניו־בראָנזוויק, ניו־דזשערזי. ער איז געווען 82 יאָר אַלט.
דער נעקראָלאָג אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט באַצייכנט קאָנוויי ווי „דער מאַגישער גאָון פֿון מאַטעמאַטיק‟. מיט אַזאַ אויסדרוק בין איך אַבסאָלוט מסכּים. דער פֿאַרשטאָרבענער וויסנשאַפֿטלער איז געווען איינער פֿון צוויי מענטשן, וועלכע האָבן מיך פֿון קינדווײַז אָן צוגעצויגן צו געוויסע ספּעציפֿישע געביטן פֿון מאַטעמאַטיק, מיט וועלכע איך פֿאַרנעם זיך — אויף טשיקאַוועס, נישט ווי אַ פּראָפֿעסיאָנאַל — ביזן הײַנטיקן טאָג.
דער צווייטער מענטש, וועלכער האָט משפּיע געווען אויף מיר, איז קאָנווייס ידיד און שותּף, מאַרטין גאַרדנער, זאָל ער בלײַבן געזונט און שטאַרק.
קאָנוויי האָט געווידמעט זײַן לעבן צו ווײַזן דעם ברייטן עולם, אַז מאַטעמאַטיק קאָן זײַן פֿאַרכאַפּנדיק, שפּילעוודיק, חנעוודיק, פֿילאָסאָפֿיש און פּאָעטיש. זײַנע חידושים, פֿאַרשפּרייט אין אַ פּאָפּולערערן פֿאָרעם דורך גאַרדנערן, אָפֿטמאָל אינעם זשורנאַל Scientific American, האָבן אויסגענומען צווישן דער נײַגעריקער יוגנט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד נאָך מער, ווי אין אַמעריקע.
אַ געבוירענער אין ענגלאַנד, האָט קאָנוויי געאַרבעט זינט 1986 ווי אַ פּראָפֿעסאָר אינעם פּרינסטאָן־אוניווערסיטעט, וווּ ער האָט ממשיך געווען די טעטיקייט פֿון פּראָפֿ’ דזשאָן פֿאָן נוימאַן. קאָנווייס פֿאָרשונגען האָבן אָפֿט געהאַט אַ שײַכות מיט אומגעריכטע סימעטריעס און טיפֿע סטרוקטורן אין מאַטעמאַטישע אָביעקטן, וואָס זעען אויס, אויפֿן ערשטן בליק, גאַנץ פּשוט און בשום־אופֿן נישט פֿאַרבונדן איינער מיטן צווייטן. צום בעסטן איז ער באַקאַנט צוליב זײַן מאַטעמאַטישער שפּיל „לעבן‟ (Game of Life) – דער סאַמע באַרימטער צעל־אויטאָמאַט.
די צעל־אויטאָמאַטן זענען אַבסטראַקטע סטרוקטורן, וואָס באַשטייען פֿון צעלן, וואָס זענען משפּיע איינע אויף דער צווייטער לויט געוויסע כּללים. געוויינטלעך, ווערן די צעלן אויסגעשטעלט אויף אַ קוואַדראַט־פֿעלד, הגם עס זענען באַקאַנט אַנדערע וואַריאַנטן פֿון צעל־אויטאָמאַטן.
דער עצם־געדאַנק פֿון אַזעלכע סטרוקטורן שטאַמט פֿון צוויי באַרימטע אַמעריקאַנער וויסנשאַפֿטלער: סטאַניסלאַוו אולאַם, באַקאַנט ווי דער „פֿאָטער‟ פֿון דער טערמאָנוקלעאַרער באָמבע, און דזשאָן פֿאָן נוימאַן, איינער פֿון די וויכטיקסטע פֿיגורן און דער געשיכטע פֿון קאָמפּיוטערײַ. ביידע וויסנשאַפֿטלער זענען געווען ייִדישע אימיגראַנטן פֿון אייראָפּע: דער ערשטער פֿון אונגערן און דער צווייטער פֿון גאַליציע. פֿאָן נוימאַנען האָט זיך אײַנגעגעבן אויסצוטראַכטן אַן אַבסטראַקטע סטרוקטור, וואָס לייענט איר אייגענעם „גענעטישן קאָד‟ און מאַכט קאָפּיעס פֿון זיך אַליין. ס׳איז מערקווירדיק, אַז פֿאָן נוימאַן האָט פֿאָרויסגעזאָגט — מיט אַרום 15 יאָר פֿאַר דער אַנטדעקונג פֿונעם ביאָלאָגישן מעכאַניזם פֿונעם גענעטישן קאָד — אַז אינעם רעאַלן לעבן קאָן זײַן בנימצא אַ נאַטירלעכער וואַריאַנט פֿון אַ מין צעל־אויטאָמאַט.
פֿאָן נוימאַנס סכעמע איז אָבער געווען צו קאָמפּליצירט און אומגעלומפּערט. במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט האָט זי געדינט בלויז ווי אַ קוואַל פֿון זעלטענע ריין־טעאָטערישע פֿאָרשונגען. אין 1970 האָט קאָנוויי צוגעטראַכט אַ גאָר פּשוטן צעל־אויטאָמאַט, אין וועלכן אַ נײַע צעל ווערט געבוירן, אויב זי איז אַרומגערינגלט מיט 3 אַנדערע לעבעדיקע צעלן, און לעבט ווײַטער, אויב זי איז אַרומגערינגט מיט 2 אָדער 3 לעבעדיקע צעלן. דער צוועק פֿון דער „שפּיל‟ — זייער אַן ערנסטער, אָבער אַ טשיקאַווער קוואַל פֿון מאַטעמאַטישע רעטענישן — באַשטייט אינעם געפֿינען אַ סטרוקטור, וואָס באַוועגט זיך, פּראָדוצירט אַנדערע סטרוקטורן, קאָפּירט זיך אַליין, וכּדומה.
צו ערשט האָט קאָנוויי אַליין געשפּילט מיט זײַן סיסטעם אָן קיין קאָמפּיוטער. מײַנע אייגענע קאָמפּיוטער־עקספּערימענטן מיט קאָנווייס „לעבן‟ האָבן שטאַרק משפּיע געווען אויף מײַן פֿאַרשטאַנד פֿון קבלה; לויט די מקובלים, באַשטייט דער אוניווערס פֿון געטלעכע שמות, וואָס אַנטוויקלען זיך עטוואָס ענלעך צו קאָנווייס מאַשין. שפּעטער האָב איך צוגעטראַכט אייגענע כּללים פֿון צעל־אויטאָמאַטן, וואָס איך פֿאָרש ביזן הײַנטיקן טאָג. אַ דאַנק קאָנווייס טעטיקייט, האָבן זיך די צעל־אויטאָמאַטן פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאַרצווײַגט געביט אין מאַטעמאַטיק, וואָס ווערט הײַנט באַנוצט אין פֿאַרשיידנאַרטיקע ספֿערעס פֿון וויסנשאַפֿט.
באַקומט זיך גאָר אַ טרויעריקער פּאַראַדאָקס. דער גרויסער וויסנשאַפֿטלער האָט צוגעטראַכט אַ פּשוטן מאַטעמאַטישן מאָדעל, וואָס מאַכט נאָך די קאָמפּליצירטקייט פֿונעם רעאַלן לעבן, און בײַם סוף איז ער געפֿאַלן אַ קרבן פֿון אַ נאַטירלעכן „צעל־אויטאָמאַט‟ — דעם קאָראָנאַ־ווירוס.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
