אַוואַנסירטע קורסן דורכן אַרבעטער־רינג: אַשכּנזיש העברעיִש, חסידיש ייִדיש און רײַזע־נאָטיצןAdvanced courses from the Workers Circle: Ashkenazi Hebrew, Hasidic Yiddish and travelogues
צווישן די לערער: יצחק ניבאָרסקי, דוד קאַץ, שבֿע צוקער, מרים טרין, אַבֿרהם ליכטענבוים, און דובֿ־בער קערלער.

Image by Workers Circle
דער אַרבעטער־רינג האָט לעצטנס אַנאָנסירט די ייִדיש־קלאַסן וואָס מע וועט לערנען בעתן פֿרילינג־זמן, פֿון סוף־פֿעברואַר ביז מײַ. די צאָל קלאַסן איז גרעסער פֿון ווען עס איז ניט געווען, בסך־הכּל 46 באַזונדערע שפּראַכקלאַסן אויף זיבן ניוואָען.
דער גרויסער אויסקלײַב איז ממש צו דערשטוינען. עס זענען דאָ 17 קלאַסן פֿאַר דרײַ ניוואָען אָנהייבער און 14 קלאַסן פֿאַר דרײַ ניוואָען מיטנדיקע סטודענטן, געלערנט אויף ייִדיש און ענגליש, און 15 קלאַסן פֿאַר אַוואַנסירטע סטודענטן, געלערנט, מיט איין אויסנאַם, בלויז אויף ייִדיש. די לערער זאָלן מיר מוחל זײַן, וואָס מיט אַזוי פֿיל ברירות קען איך ניט דערמאָנען אַלע פֿון זיי. וואָס שייך די אָנהייבער און מיטנדיקע קורסן איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז מע קען ניט בלויז אויסקלײַבן מיט וועלכן לערער מע וויל זיך לערנען, נאָר אויך מיט וועלכן לערנבוך. מיכל יאַשינסקי וועט, למשל, לערנען זײַנע קלאַסן מיטן נײַעם לערנבוך פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער, „אין איינעם“, וואָס ער האָט געהאָלפֿן צונויפֿשטעלן; שבֿע צוקער וועט לערנען מיט איר אייגענעם לערנבוך; דוד בראַון וועט זיך באַנוצן מיט אוריאל ווײַנרײַכס „קאַלעדזש־ייִדיש“, און ברוך בלום מיט לילי כּהנס Colloquial Yiddish.
צווישן די אַוואַנסירטע קורסן איז איינער וואָס איז דווקא ניט קיין ייִדיש־קלאַס, אָבער וואָס וועט יאָ פֿאַראינטערעסירן אַ סך פֿאָרווערטס־לייענער. דער לינגוויסט דוד קאַץ וועט לערנען אַ קורס פֿון אַשכּנזישן העברעיִש, טאַקע רק ב׳עבֿרית מיט דער אַשכּנזישער הבֿרה. די סטודענטן וועלן זיך באַקענען מיט פֿאַרשידענע בײַשפּילן פֿון אַשכּנזישן העברעיִש, אַרײַנגערעכנט די לידער פֿון חיים־נחמן ביאַליק און שאול טשערניכאָווסי, וואָס זיי האָבן געשריבן דווקא מיט אַן אַשכּניזישער הבֿרה. קאַץ וועט ווײַזן די אונטערשיידן צווישן דעם אַמאָליקן מיזרח־אייראָפּעיִשן העברעיִש און דעם מאָדערנעם עבֿרית און דערקלערן ווי אַזוי די פֿאַרשידענע ייִדישע דיאַלעקטן האָבן געווירקט אויף דעם אופֿן ווי אַזוי מע האָט אים אַרויסגערעדט אין פֿאַרשידענע מקומות.
דוד קאַץ וועט אויך לערנען צוויי אַוואַנסירטע קלאַסן אויף ייִדיש. פֿאַר די וואָס זענען פֿאַראינטערעסירט אין דער ייִדישער סטיליסטיק און די סיכסוכים בײַם סטאַנדאַרדיזירן די שפּראַך, וועט ער לערנען אַ קורס וועגן די באַזונדערע שיטות וואָס זענען פּאָפּולער אויפֿן געביט, די שפּאַלטונגען צווישן פֿאַרשידענע גרופּעס ייִדישע שרײַבער און לינגוויסטן וועגן דעם ענין און ווי אַזוי דאָס ווערט אַלץ אָפּגעשפּיגלט אין דער ייִדישער ליטעראַטור. פֿאַר די וואָס זענען גיכער פֿאַראינטערעסירט אין לייענען די ייִדישע ליטעראַטור גופֿא, וועט ער אָנפֿירן מיט אַ לייענקרײַז געווידמעט חיים גראַדעס ווערק, אין וועלכן מע וועט אַרומרעדן אַלע אַספּעקטן פֿון איין דערציילונג זײַנע במשך פֿון 10 סעסיעס.
מרים טרין וועט לערנען אַ קורס וווּ מע וועט לייענען אויסצוגן פֿון אַ זעלטענעם מאַטעריאַל: אַ טאָגבוך אויף ייִדיש פֿון אַ זאָנדערקאָמאַנדאָ־אַרבעטער.
יצחק ניבאָרסקי וועט לערנען אַ קלאַס וועגן דעם מײַסטער פֿון דער ייִדישער סטיליסטיק, משה נאַדיר. די סטודענטן וועלן לייענען דערציילונגען פֿון זײַנע ביכער, „קום שפּאַצירן, געליבטע“, „פֿון מענטש צו מענטש“ און „אונטער דער זון“, ווי אויך זײַנע לידער און אויסצוגן פֿון זײַנע פּיעסעס.
גענאַדי עסטרײַך וועט לערנען אַ קורס וועגן ייִדישע רײַזע־נאָטיצן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד צווישן די 1920ער ביז די 1960ער יאָרן. די סטודענטן וועלן לייענען טעקסטן פֿון משה אָלגין, הירש־דוד נאָמבערג, ישׂראל־יהושע זינגער, ברוך גלאָזמאַן, יוסף אָפּאַטאָשו, מענדל אָשעראָוויטש, חיים שאָשקעס, און שמואל גאָרדאָן.
פֿאַר די וואָס פֿאַראינטערסירן זיך אין דער היסטאָרישער לינגוויסטיק, וועט לייזער בורקאָ לערנען אַ קלאַס וועגן דעם ווי אַזוי דער ייִדיש וואָס מע האָט גערעדט אין אונגערן און די זימבערג איז פֿון אַ מאַרגינאַלן דיאַלעקט פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אינעם סאַמע פֿאַרשפּרייטסטן ייִדיש פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט, דאָס הייסט, דעם סטאַנדאַרטן ייִדיש פֿון דער חסידישער וועלט.
וואָס שייך חסידיש ייִדיש וועט מען אין אַ קלאַס, אָנגעפֿירט פֿון דובֿ־בער קערלער שטודירן די געשיכטע פֿון פּורים־שפּילן. קערלער וועט ווײַזן בײַשפּילן פֿון טראַדיציאָנעלע פּורים־שפּילן פֿון די 1600ער יאָרן ביזן הײַנטיקן טאָג, אַרײַנגערעכנט הײַנטצײַטיקע חול־המועד־דראַמעס פֿון ברוקלין.
די וואָס ווילן וויסן ווי צוצוגרייטן מאכלים אויף פּסח קענען נעמען אַ קלאַס מיט איוו יאָכנאָוויץ, וואָס וועט אָנפֿירן מיט אַ מיני־קורס געווידמעט וועגעטאַרישע נוסחאָות פֿון געפֿילטע פֿיש, הינדל־יויך און נאָך.
אַחרון אַחרון חבֿיבֿ וועט אַבֿרהם ליכטענבוים לערנען אַ קורס וועגן דעם, ווי אַזוי די אונטערוועלט ווערט אָפּגעשיגלט אין דער ייִדישער ליטעראַטור, אין ייִדישע פֿאָלקסלידער און אין אויסדרוקן און שפּריכווערטער.
כּדי צו זען די פֿולע רשימה קלאַסן, גיט אַ קוועטש דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

