אָנלײַן־פֿײַערונג לכּבֿוד שלום אַש וועט הײַיאָר אַרײַננעמען אַ טריוויע־פֿאַרמעסט וועגן דעם שרײַבערOnline celebration of Sholem Asch to include trivia game on the writer
מע וועט טראַנסמיטירן אויסצוגן פֿון נײַע טעאַטראַלע אינסצענירונגען פֿונעם דראַמאַטורגס ווערק און דערציילן וועגן הומאָריסטישע מאָמענטן אין זײַן לעבן.

Graphic by Angelie Zaslavsky
שוין צום דריטן מאָל אָרגאַניזירט מען אינעם מיטוואָך וואָס פֿאַלט אויס זיבן וואָכן פֿאַר פּאַסכע אַ פּראָגראַם לכּבֿוד דעם שרײַבער און דראַמאַטורג שלום אַש. הײַיאָר טרעפֿט זיך, אַז יענעם טאָג איז מיטוואָך, דעם 17טן פֿעברואַר.
פֿאַר וואָס דווקא דעם מיטוואָך זיבן וואָכן פֿאַר פּאַסכע? בײַ די קריסטן איז דאָס „אַש־מיטוואָך“ — אַ חגא ווען מע זאָגט זיך אָפּ פֿון כּל־המינים פֿאַרווײַלונגען און אַ סך פֿון זיי גייען אין קלויסטער יענעם טאָג וווּ מע טוט טאַקע אַרויף אַ שמיר אַש בײַ זיי אויפֿן שטערן. דעריבער האָט דוד מאַזאָווער, דער ביבליאָגראַף בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער“ און אַן אור־אייניקל פֿון שלום אַש, באַשלאָסן, אין איינעם מיט שיין בייקער, דעם דירעקטאָר פֿונעם „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס“, צו מאַכן אין דעם טאָג אַ ”יום־טובֿ“ לכּבֿוד שלום אַשן.
די פּראָגראַם וועט אָנגעפֿירט ווערן דורך שיין בייקער און דוד מאַזאָווער, אין איינעם מיט דער אַקטריסע, טעאַטער־פֿאָרשערין און איבערזעצערין קאַראַיִד אָברײַען. עס וועלן זיך אויך באַטייליקן אַרטיסטן פֿון ישׂראל, פּוילן, אַרגענטינע, קאַנאַדע און אַמעריקע. מע וועט פֿאָרשטעלן טעאַטראַלע סקיצן, שפּילן מוזיק, זינגען לידער, און מאַכן אַ טריוויע־קאָנקורס וועגן דעם גרויסן שרײַבער.
בײַ דער געלעגנהייט וועט מען אויך ווײַזן אַן אויסצוג פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער קאמרי־טעאַטערס נײַער אינסצענירונג פֿון „גאָט פֿון נקמה“ און איבערגעבן הומאָריסטישע מאָמענטן אינעם לעבן פֿונעם גרויסן שרײַבער.
מע וועט אויך ווײַזן אַן אויסצוג פֿון אַשעס ווייניק־באַקאַנטער פּיעסע „משיחס צײַטן“, אין קאַראַיִד אָ׳ברײַענס ענגלישער איבערזעצונג מיטן טיטל ”אויפֿן וועג קיין ציון“.
די פּראָגראַם, וואָס איז בחינם, הייבט זיך אָן 2:30 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט. מע וועט אים טראַנסמיטירן אָנלײַן דורך פֿייסבוק און שפּעטער שטעלן אויף יוטוב.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
