קורס אויף ייִדיש און ענגליש וועגן סוצקעווערס פּראָזעCourse in Yiddish and English on Sutzkever’s prose
שיין בייקער וועט פֿאָרלייענען דערציילונגען אויף ייִדיש און מסביר זײַן פֿאַרשידענע גראַמאַטישע, קולטורעלע און היסטאָרישע פּרטים.
אַ דאַנק שלום בערגערס נײַע איבערזעצונגען פֿון אַבֿרהם סוצקעווערס פּראָזע־ווערק, איז איצט דאָ אַ באַנײַטער אינטערעס צום גרויסן פּאָעטס קורצע דערציילונגען און פּראָזע־לידער.
פֿאַר די וואָס ווילן זיך פֿאַרטיפֿן אין דער טעמע און דערבײַ פֿאַרבעסערן זייער ייִדיש, וועט שיין בייקער, דער דירעקטאָר פֿונעם „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס“, אָנפֿירן מיט אַ קורס וועגן סוצקעווערס ביכל „די נבֿואה פֿון שוואַרצאַפּל“. אינעם קלאַס וועט ער פֿאָרלייענען די דערציילונגען אויף ייִדיש און די סטודענטן וועלן קענען מיטלייענען אָדער אויף ייִדיש, אָדער אויף ענגליש. מע וועט אַרומרעדן די טעקסטן אויף ביידע שפּראַכן און ער וועט מסביר זײַן פֿאַרשידענע גראַמאַטישע פּיטשעווקעס און קולטורעלע און היסטאָרישע עלעמענטן. אַזוי אַרום האָפֿט בייקער, אַז די סטודענטן וועלן קענען זיך אָנכאַפּן אין ”עטלעכע פֿון די שווערסטע, אָבער הנאהדיקע פּראָזע־ווערק אויף מאַמע־לשון“.
דער קלאַס וועט זיך טרעפֿן יעדן זונטיק, 7:00 אין אָוונט ניו־יאָרקער צײַט דורך „זום“, פֿון זונטיק, דעם 11טן אַפּריל ביז זונטיק, דעם 2טן מײַ. דער שׂכר־לימוד איז $100.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, פֿאַרבינדט זיך מיט שיין בייקער אויפֿן אַדרעס: [email protected].
שיין בייקער האָט אַ לאַנגע באַציִונג מיט סוצקעווערס פּראָזע־ווערק. אין די 1990ער יאָרן, ווען ער האָט זיך נאָך געהאַלטן בײַם אויסלערנען ייִדיש, האָט זײַן חבֿרטע און מענטאָרין, די אַקטריסע ליובאַ קאַדיסאָן, אים געשאָנקען אַן עקזעמפּלאַר פֿון „די נבֿואה פֿון שוואַרצאַפּל“ מיט סוצקעווערס חתימה. אין נאָוועמבער 2019 האָט בייקער, צוזאַמען מיט דער אַקטריסע מרים־חיה סגל, אויסגעפֿירט צוויי פֿון סוצקעווערס דערציילונגען ווי אַ שפּיל. משה יאַסור האָט רעזשיסירט די פֿאָרשטעלונג, וואָס איז, צוליבן קאָראָנאַ־ווירוס, מער ניט פֿאָרגעשטעלט געוואָרן פֿאַר אַן עולם.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor