צום ערשטן מאָל אויף ייִדיש: אַ פֿאָרלייענונג פֿון חוה ראָזענפֿאַרבס „דער פֿויגל פֿון געטאָ“First time in Yiddish: A public reading of Chava Rosenfarb’s “The Bird of the Ghetto’’
אין דער פּיעסע, שרײַבט ראָזענפֿאַרב, די מחברטע פֿון אַ צאָל ראָמאַנען וועגן דעם לעבן אין לאָדזשער געטאָ, וועגן די ווילנער פּאַרטיזאַנער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
ווייניק מענטשן ווייסן אַז חוה ראָזענפֿאַרב, די מחברטע פֿון „דער בוים פֿון לעבן“ ,און אַנדערע ראָמאַנען וואָס שילדערן די חורבן־תּקופֿה, האָט אויך געשריבן אַ פּיעסע, „דער פֿויגל פֿון געטאָ“ וועגן די ווילנער פּאַרטיזאַנער. כאָטש מע האָט שוין אַרויסגעגעבן די פּיעסע אין בוכפֿאָרעם און זי אויפֿגעפֿירט אויף העברעיִש און ענגליש, האָט מען ביז אַהער קיינמאָל ניט אינסצענירט „דער פֿויגל פֿון געטאָ“ אינעם אָריגינעלן ייִדיש. דאָס ווערק איז איר איינציקע פּיעסע.
זונטיק, דעם 18טן אַפּריל, 2:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, וועט די פֿאָלקסבינע טראַנסמיטירן אַ דראַמאַטישע פֿאָרלייענונג פֿון דער פּיעסע אויף מאַמע־לשון. די אויפֿפֿירונג, וואָס מע וועט ווײַזן כּדי אָפּצומערקן 78 יאָר זינט דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, וועט מען קענען זען בחינם דאָ ביזן 22סטן אַפּריל.
צווישן די אַקטיאָרן וועלן אויפֿטרעטן חיים וואָלף, אַבֿי האָפֿמאַן, אַבֿרהם מלאָטעק, מאָטל דידנער, מיכל יאַשינסקי און לאה קאַליש.
דער אַקטיאָר און זינגער דניאל קאַהן וועט אויך אויפֿטרעטן מיט אַ ליד לזכר איציק וויטנבערג, דעם קאָמאַנדיר פֿון דער „פֿאַראייניקטער פּאַרטיזאַנער אָרגאַניזאַציע“ אין ווילנער געטאָ, וואָס האָט זיך אונטערגעגעבן צו די דײַטשן, נאָך דעם ווי מע האָט געסטראַשעט צו דערהרגענען די אַנדערע 20,000 ייִדן אין געטאָ. וויטנבערגס לעצטע טעג ווערן געשילדערט אין די זײַטן פֿון דער פּיעסע.
גאָלדע מאָרגענטאַלער, די טאָכטער פֿון חוה ראָזענפֿאַרב וואָס האָט מיטגעאַרבעט מיט איר אויף די ענגלישע איבערזעצונגען פֿון אירע ביכער, האָט צוגעגרייט די ענגלישע אונטערקעפּלעך.
די פֿאָרלייענונג איז אַ טייל פֿון אַן אָנלײַן־פֿעסטיוואַל געווידמעט די ווערק פֿון ייִדישע דראַמאַטורגינס. די סעריע, אָרגאַניזירט דורך דער פֿאָלקסבינעס ליטעראַרישער עצה־געבערין סאַבינע ברוקנער, וועט אַרײַננעמען פּיעסעס פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, מאַריע לערנער און מרים קאַרפּילאָוו.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

