Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„ברעקעלעך“: אַ קורצער פֿילם וועגן דער נאַכט פֿון וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד“Crumbs”: Short film about the night of the Warsaw ghetto uprising

דער נײַער פֿילם שטעלט זיך פֿאָר ווי ס׳האָט אויסגעזען דער פּסח־סדר בײַם אויסבראָך פֿונעם אויפֿשטאַנד.

ווי באַקאַנט, האָט דער וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד אויסגעבראָכן ערבֿ־פּסח, דעם 19טן אַפּריל 1943. דער נײַער קורצער פֿילם „ברעקעלעך“ (Crumbs) פּרוּווט אויסצומאָלן יענעם אָוונט אין געטאָ, ווען ייִדן האָבן געפּראַוועט דעם סדר אינעווייניק, בשעת זייער מיליטערישער קאַמף קעגן די נאַציס איז אָנגעגאַנגען אין דרויסן. אונדזער חורבן־אָנדענקטאָג, יום השואה, מערקט אָפּ די היסטאָרישע דאַטע אין דער ייִדישער געשיכטע.

צוליב דער פֿאַרהייליקונג פֿון יענעם טאָג און יענער סדר־נאַכט אין דעם ייִדישן זכּרון, איז עס נישט קיין קלייניקייט צו שילדערן די דעמאָלטיקע געשעענישן אויפֿן עקראַן. עס פֿאָדערט אַ הויכע מדרגה פֿון היסטאָרישער אויטענטישקייט, קינסטערלישער ראַפֿינירטקייט און טעכנישער פּרעציזקייט. אַ פֿילם וועגן אונדזערע נאַציאָנאַלע העלדן אין דער חורבן־תּקופֿה מוז זײַן אַזוינס און אַזעלעכס. הגם דער פֿילם „ברעקלעך“ האָט טאַקע געוויסע מעלות, דערגרייכט ער נישט אָט דעם סטאַנדאַרט.

די גרעסטע מעלה פֿונעם פֿילם באַשטייט אין דעם, וואָס ער איז אין גאַנצן אויף ייִדיש. רובֿ אַקטיאָרן שטאַמען קענטיק פֿון חסידישע משפּחות און דאָס לשון פֿליסט בײַ זיי נאַטירלעך און מחיהדיק. אַפֿילו די וואָס מע קען דערקענען אַז זיי זענען נישט דערצויגן געוואָרן אויף ייִדיש רעדן אַרויס די רעפּליקן מיטן חסידישן אַרויסרעד. אַ לינגוויסטישער פֿײַנשמעקער מעג האָבן טענות צום לשון — למשל, פֿאַר וואָס זאָגט מען “גאַזאָלין” אַנשטאָט בענזין? אָבער אין אַלגעמיין רעדט מען דאָרט אַ סך בעסער ייִדיש ווי אין אַנדערע חורבן־פֿילמען ווי, למשל, „ווער וועט שרײַבן אונדזער געשיכטע?“).

די טעכנישע פֿילמיר־אַרבעט איז זייער גוט געמאַכט. מע פֿילט זיך נאָענט צו די געשעענישן, ווי מע וואָלט אַליין געשטאַנען דערבײַ.

ס׳רובֿ אַקטיאָרן שפּילן גוט, מיט געפֿיל און ענערגיע, מיט דער ספּאָנטאַנקייט און אינטימקייט פֿון פֿרײַנד, וואָס קענען זיך שוין אַ סך יאָרן. אין דער אמתן זײַנען אַ טייל פֿון די אַקטיאָרן טאַקע יאָ אַלטע פֿרײַנד און מען דערקענט זיי פֿון זייערע ראָלעס אין אַנדערע ייִדישע פֿילמען און אין פֿאָרשטעלונגען בײַם „ניו ייִדיש רעפּ“־טעאַטער. דוד מאַנדלבוים שפּילט דעם אַלטן רבין וואָס זאָגט אויס די עצם־אידעע פֿונעם פֿילם: „הײַנט איז אַ גוטע נאַכט צו שטאַרבן“. לאָרי לײַפֿער שפּילט אויך אַ שליסל־ראָלע: אין אַ קריטישן מאָמענט בײַט זי די שטימונג פֿונעם פֿילם פֿון היסטערישן געלעכטער צו געוויין.

צום באַדויערן, איז קלאָר, אַז די אַקטיאָרן האָבן נישט געהאַט גענוג צײַט צו רעפּעטירן. עטלעכע מאָל פּלאָנטערט מען מיט דער צונג אין מיטן די שורות. מסתּמא האָט געפֿעלט צײַט איבערצומאַכן יענע רעפּליקן נאָך אַ מאָל, ביז עס זאָל קלינגען ריכטיק. עטלעכע גרײַזן אין די ענגלישע אונטערקעפּלעך ווײַזן, אַז מע האָט דאָרט אויך נישט געלייגט גענוג אַכט.

דער געטאָ־סדר קומט פֿאָר אין אַ גרויסן צימער, וואָס זעט אויס ווי אַ קעלערשטוב. עס דרייען זיך אַרום כּלערליי ייִדן, יונגע און אַלטע, אַפֿילו קינדער. כאָטש מע הערט די באָמבאַרדירונג אין דרויסן און אַלע זײַנען אומרויִק, באַמיט מען זיך צו פֿירן זיך ווי דאָס וואָלטן געווען נאָרמאַלע צײַטן: מע זינגט, מע וויצלט זיך. דער טיש איז באַדעקט מיט מצה און פּסחדיקע מאכלים.

פֿון גאַנץ פֿרי אָן ווייסט מען שוין אַז איינער פֿון די געסט אויפֿן סדר איז אַן אומגעוווּנטשענער: אַ פֿאָרשטייער פֿונעם „יודענראַט“, די ייִדישע פֿירערשאַפֿט פֿון געטאָ, וואָס האָט מיטגעאַרבעט מיט די נאַציס. די אַנדערע ייִדן באַציִען זיך צו אים פֿײַנטלעך, אָבער מע נעמט אים אַרײַן ווי עס שטייט אין דער הגדה: כּל דכפֿין — אַלע ייִדן מעגן קומען.

געוויסע פּרטים אינעם פֿילם זענען היסטאָריש נישט פּינקטלעך. ס’איז מאָדנע צו זען אין געטאָ אַזאַ פֿריילעכקייט, אַזאַ שפֿע מיט עסן, קינדער וואָס שפּילן זיך און אַלטע ייִדן. אין דער אמתן, ביז דער צײַט פֿונעם אויפֿשטאַנד, נאָך דרײַ לאַנגע יאָר פֿון געטאָ־לעבן און דעפּאָרטאַציעס, זײַנען כּמעט נישט געבליבן אין געטאָ קיין קינדער און קיין עלטערע לײַט. דעם אויפֿשטאַנד האָבן געמאַכט די יונגע.

אין דער געצוווּנגענער פֿריילעכקייט פֿונעם פֿילם פֿילט זיך אַ היסטערישער עלעמענט, ווי בײַ אומעטיקע, דערשראָקענע מענטשן, וואָס פּרוּוון זיך אויפֿצומונטערן. דער פֿילם האָט גענוג סוררעאַליסטישע (אָדער בעסער געזאָגט — צעדרייטע) מאָמענטן; למשל, ווען אַלע אַקטיאָרן הייבן אָן ווויען ווי די וועלף.

דער אופֿן ווי אַזוי די חבֿרה באַציִען זיך איינער צום אַנדערן דערמאָנט אַ ביסל אין דער שטימונג וואָס מע זעט בײַם הײַנטיקן קלוב אין ברוקלין, „טשאָלנט“, וווּ יונגע־לײַט, ס׳רובֿ פֿון חסידישע היימען, פֿאַרברענגען יעדן דאָנערשטיק אין אָוונט. פֿאַר דער קאָראָנאַווירוס־מגפֿה האָט די „טשאָלנט“־חבֿרה זיך געטראָפֿן אין אַן אייגענעם לאָקאַלן; איצט טרעפֿט מען זיך נאָר אויף „זום“. „טשאָלנט“ איז אָפֿן פֿאַר אַלעמען און באַשטייט פֿון פֿרומע און פֿרײַע, ייִדן און נישט־ייִדן, און איז ספּעציעל באַקאַנט ווי אַ באַקוועם אָרט פֿאַר אָפּגעפֿאָרענע און קווענקלענדיקע חסידים. די שטימונג איז אַ לעבעדיקע: מע זינגט, מע לאַכט, מע פֿילאָסאָפֿירט, און מע קריגט זיך אויך. „ברעקעלעך“ האָט דעם טעם און געפֿיל פֿון אַ „טשאָלנט“־פֿאַרברענגען, וואָס מע האָט אַריבערגעפֿירט אין וואַרשעווער געטאָ. אין דעם ליגט דער חן, אָבער אויך די משונהדיקייט פֿונעם פֿילם.

אפֿשר שטעקט אין דער משונהדיקייט אַ פּינטעלע אמת? די ייִדן אין געטאָ זײַנען געווען אין גאָר אַ מאָדנער, אומדערטרעגלעכער סיטואַציע, און אַז מע וויל דאָס שילדערן אויף אַ קינסטלערישן אופֿן, פֿאָדערט זיך אויך אַ מין משוגעת אינעם שפּילן. „ברעקעלעך“ איז אַ מוטיקער עקספּערימענט, און די עצם־אידעע צו מאַכן דעם פֿילם איז געווען אַ גוטע. נאָר פֿון דעסט וועגן, איז דער עקספּערימענט נישט אין גאַנצן געראָטן.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.