פֿאָרווערטס־זומינאַר, דעם 11טן מײַ: אַ נײַער דור ייִדישע פֿאָלקסזינגערForward Zoominar on May 11: A new generation of Yiddish folksingers
הענקוס נעצקי און שׂרה־רחל שעכטער וועלן רעדן מיט פֿיר יונגע זינגערינס אין באָסטאָן וואָס פֿאַרשפּרייטן דאָס ייִדישע ליד.

Graphic by Angelie Zaslavsky
במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָבן זיך באַוויזן אַ צאָל יונגע זינגער פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער.
אַ טייל פֿון זיי וווינען אין באָסטאָן, מאַסאַטשוסעטס, וואָס איז אפֿשר נישט קיין חידוש. אין באָסטאָן געפֿינט זיך די אָנגעזעענע „ניו־אינגלאַנד קאָנסערוואַטאָרי“ — די איינציקע מוזיקשול אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן וואָס גיט אַ קורס ווי פֿאָרצושטעלן פֿאָלקסמוזיק אויף ייִדיש.
דעם 11טן מײַ, 2:00 ניו־יאָרקער צײַט, וועט פֿאָרקומען אַ זומינאַר מיט פֿיר זינגערינס אין באָסטאָן, וואָס פֿאַרשפּרייטן דאָס ייִדישע ליד: עדה העטקאָ, קירסטען לאַם, אידען מאַקאַדאַם־סאָמער און אַביגייל רײַסמאַן. האַנקוס נעצקי, דער גרינדער פֿון דער Klezmer Conservatory Band, און שׂרה־רחל שעכטער, רעדאַקטאָרין פֿונעם פֿאָרווערטס, וועלן פֿירן אַ שמועס מיט די פֿיר פֿרויען כּדי צו הערן ווי זיי באַטראַכטן זייער אַרבעט אינעם קאָנטעקסט פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור.
דער זומינאַר ווערט געשטיצט פֿונעם פֿאָרווערטס, בשותּפֿות מיט JArts Boston און איז אַ טייל פֿון דער פֿאָרווערטס־סעריע אויפֿן נאָמען פֿון ד״ר טאָמאַס זאַנד.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויפֿן זומינאַר, גיט אַ קוועטש דאָ .
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
