ווי וועט ייִדיש־דואָלינגאָ משפּיע זײַן אויפֿן ייִדיש־לימוד? (שמועס אויף ענגליש)How will Yiddish Duolingo affect the teaching of Yiddish? (Discussion in English)
אַ טייל פֿון די פֿערטל מיליאָן דואָלינגאָ־סטודענטן האָבן זיך שוין פֿאַרשריבן אויף ייִדיש־קורסן, אָנגעפֿירט דורך אמתע לערער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
זינט ס׳איז אין אַפּריל אײַנגעפֿירט געוואָרן דער ייִדיש־קורס בײַ דער אַפּליקאַציע דואָלינגאָ, האָבן אַ פֿערטל מיליאָן מענטשן זיך שוין פֿאַרשריבן אויף דעם.
אָבער דערנאָך איז געשען נאָך אַ טשיקאַווע זאַך: במשך פֿונעם לעצטן חודש האָבן אַ טייל פֿון די דואָלינגאָ־סטודענטן זיך אויך פֿאַרשריבן אויף ייִדיש־קורסן פֿון אַ מער טראַדיציאָנעלן שניט, אָנגעפֿירט דורך לערער. קען מען טאַקע זיך משער זײַן אַז אין דער נאָענטער צוקונפֿט וועלן אַ סך אַנדערע דואָלינגאָ־סטודענטן טאָן דאָס זעלבע.
כאָטש דואָלינגאָ קאָסט טאַקע נישט קיין געלט, איז עס פֿאָרט אַ קורס וווּ מע לערנט זיך אַליין די שפּראַך; נישטאָ קיין לערער וואָס זאָלן אויסבעסערן די גרײַזן פֿונעם סטודענט, אַזוי ווי ס׳איז דאָ אין אַלגעמיינע ייִדיש־קורסן.
זונטיק, דעם 27סטן יוני, 2:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט וועט דוד בראַון, דער דירעקטאָר פֿון דער ייִוואָס זומער־פּראָגראַם, פֿירן אַן אומפֿאָרמעלן שמועס מיט צוויי שאַפֿער פֿונעם דואָלינגאָ־קורס, מינע־ליפֿשע ווישוואַנאַט און לוי פּאָלאַטשעק, וועגן דער השפּעה פֿונעם ייִדיש־דואָלינגאָ אויף דעם ייִדיש־לימוד בכלל. איין פֿראַגע וואָס מע וועט באַטראַכטן, למשל, איז דאָס וואָס אין פֿאַרגלײַך מיט געוויינטלעכע ייִדיש־סטודענטן, וואָס לערנען זיך דעם פֿאָנעטישן אַרויסרעד פֿון כּלל־ייִדיש, לערנען זיך די דואָלינגאָ־סטודענטן דעם אונגעריש־ייִדישן אַרויסרעד פֿון די הײַנטיקע חסידים.
דער שמועס איז אַ טייל פֿון אַ סעריע אומפֿאָרמעלע אָנלײַן־טרעפֿונגען מיט ייִדישיסטן, קולטור־טוער און אַרטיסטן, אָרגאַניזירט פֿון ייִוואָ. דער אַקטיאָר און דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, שיין בייקער, וועט פֿירן דעם פֿאָרזיץ.
דער אײַנטריט צו דער פּראָגראַם איז בחינם אָבער מע מוז זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער דורכן געבן אַ קוועטש דאָ.
כּדי זיך צו דערוויסן מער וועגן דעם ייִדישן ”דואָלינגאָ“, קען מען קוקן אויפֿן פֿאָרווערטס־זומינאַר וועגן דער טעמע (אויף ענגליש) אָדער זיך צוהערן צו אַן אינטערוויו מיט עטלעכע שאַפֿער פֿון דער פּראָגראַם אויף ייִדיש.
מע קען אויך זען אַ רעפֿעראַט פֿון דוד בראַון וועגן דער ייִדישער דיאַלעקטאָלאָגיע דורכן געבן אַ קוועטש, דאָ.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
