ווידעאָ: די אייגנאַרטיקע געשיכטע פֿון די אַשכּנזישע ייִדן אין מעקסיקעVIDEO: The unique history of the Ashkenazi Jews in Mexico
ד״ר עדינה צימעט באַשרײַבט די געשיכטע פֿון דער קהילה און ווי אירע שולן האָבן באַצייכנט ייִדיש ווי אַן אופֿן פֿון זיך אידענטיפֿיצירן ווי אַ ייִד.

Image by Courtesy of Alan Grabinsky
אין דעם ווידעאָ דערציילט די סאָציאָלאָגין ד״ר עדינה צימעט — די מחברטע פֿונעם בוך, „אַשכּנזישע ייִדן אין מעקסיקע‟ — די אייגנאַרטיקע געשיכטע פֿון דער קהילה: ווי זי איז געגרינדעט געוואָרן און זיך צעבליט, איר אידעאָלאָגישע פֿילפֿאַרביקייט און ווי אַזוי אירע שולן האָבן איבערגעגעבן די ייִדישע שפּראַך ווי אַ בולטער אופֿן זיך צו אידענטיפֿיצירן ווי אַ ייִד.
די לעקציע האָט צימעט געהאַלטן אויף דער ייִוואָ זומער־פּראָגראַם אין 2021.