מאָטי אילאָוויץ זינגט צו זײַן טאָכטער לכּבֿוד איר ווערן אַ בת־מיצווהMotty Ilowitz sings to his daughter as she becomes a bat-mitzvah
אינעם ווידעאָ קען מען זען ווי שטאָלץ דער טאַטע איז פֿון זײַן טאָכטער אין דעם וויכטיקן מאָמענט פֿון איר לעבן.

Courtesy of Motty Ilowitz
די וואָך איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אויף יוטוב אַ ליד פֿונעם חסידישן זינגער, מאָטי אילאָוויץ, לכּבֿוד זײַן טעכטערלס ווערן 12 יאָר אַלט — אַ בת־מיצווה.
„בײַם שוועל פֿון קינדער-יאָרן יעצט דו שטייסט, מקבל זײַן דעם עול המצוות גײַסט,“ זינגט ער, און מיט עטלעכע סטראָפֿעס ווײַטער: „דו ווערסט אַ חלק פֿונעם פֿאָלק — ייִד.“
ס׳איז שיין צו הערן אַ ליד וווּ אַ טאַטע דריקט אויס שטאָלץ און ליבשאַפֿט צו זײַן טאָכטער אין אַ זייער וויכטיקן מאָמענט פֿון איר לעבן. ווען אַ ייִדיש מיידל ווערט 12 יאָר אַלט, טראָגט זי שוין דאָס אַחריות פֿון טאָן די מיצוות, פּונקט אַזוי ווי אַ דערוואַקסענע. אינעם ווידעאָ זעט מען טאַקע ווי אַ מיידל איז מקיים עטלעכע פֿון די מיצוות: זי דאַוונט פֿון אַ סידור און קושט אַ מזוזה.
נאָך אינטערעסאַנטער איז ווי פּאָפּולער זײַן ליד איז שוין געוואָרן. במשך פֿון די ערשטע דרײַ טעג האָט מען עס שוין געזען מער ווי 9,000 מאָל.