Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מײַנע טענות צו שׂמחת־תּורהWhat really bugs me about Simchas Torah

די מנוחה פֿון דער באַשיידענער שמיני־עצרת ווערט אין גאַנצן אײַנגעשלונגען פֿון שׂמחת־תּורהס טומל, שיכּרות און כּבֿוד־זוכערײַ

זינט קינדווייז אן בין איך ברוגז אויף שמחת תורה. פון מיינעטוועגן קומט ער בלויז צו בארויבן דעם שיינעם באשיידענעם יום טוב וואס די לעצטע טעג דארפן מיט זיך פארשטעלן. ווייל שמיני עצרת מדאוריתא איז א יום טוב פון מנוחת הנפש, אן אינטימער חג צווישן דעם רבונו של עולם מיט זיינע אידעלעך, אַ צײַט זיך אָפּצורוען נאך דעם סוכות׳דיגן טומל — א טאג צוויי, דוקא אן טאראראם, אן סימבאליזם, און אן דראמאס… נישט קיין מצה, נישט קיין שופר, נישט קיין סוכה, נאר בלויז מ׳עסט סעודות יום טוב, מ׳רוט זיך אפ, מען דאוונט א יום טוב׳דיגע דאווענען, און ס׳גוט און וואויל. א געמיטליכער יום חגיגה, אן אויסטשוכעריי ביים פאטער אין גארטן.

קומט דער מנהג פון הקפות מיטן גאנצן הו הא און כאדאראם, און פונעם שיינעם באשיידענעם יום טוב מאכט עס נישט עפעס אנדערש נאר א חורבן, צוקלאדזשעט דעם חג און טונקט זי איין אין א גימוזעכץ פון בהלה.

און ווייסט דאס גוטע יאר צו וואס איז דאס געטאנצעכץ, צו וואס איז די אנשיקעניש? מען פרייט זיך מיט דער תורה, אבער ביים לעבן, וואס פאר א שייכות האט שמיני עצרת מיט דער תורה מער ווי פסח אדער ראש השנה? א סיום התורה, זאגט איר? איז הערט זשע גוט, א סיום זאל מען מאכן אויף א בארבעקיו אין שטאטישן פארק אין א הערבסטיגן דינסטאג, און נישט אויפן חשבון פון מיין זיסן וואוילן שמיני עצרת. פאטשקעט מיר נישט אן דעם יום טוב.

ווער איך געוואויר אז דער וואס האט איינגעפירט דעם טאראראם אינעם שמיני עצרת מיינעם, איז דער זעלבער וואס האט איינגעפירט דעם סדר התיקון אום שבועות ביינאכט און פאפולאריזירט דאס וואך זיין, ווייל שבועות— פונקט ווי שמיני עצרת — וואלט אין דער אמת׳ן אויך געדארפט זיין א שטילער באשיידענער יום טוב, דער „עפטער פארטי“ (מסיבה וואס מע פּראַוועט נאָך אַ שיינעם געשעעניש) נאכן גרויסן שווערן פסח. און ווער איך שוין געוואויר אז דאס איז טאקע אויך דער זעלבער ייד וואס האט אנגעמאכט דעם גאנצן הו הא מיט ר׳ שמעון בר יוחאי פארן ל״ג בעומר, וואס לכתחילה איז זי געווען א מין פאלקישע שפילעריי טאג מחוץ לעיר פאר חדר קינדער איינגעפירט צווישן די פארצייטישע בני אשכנז.

נו, ווער איז טאקע דער ייד וואס האט גענומען דריי רואיגע ימים טובים און זיי פארוואנדלט אין כאדאראם?

דאס איז נישט קיין אנדערער נאר דער באקאנטער מקובל און איינער פון די גרעסטע אידישע באאיינפלוסער וואס האט געלעבט מיט ארום 450 יאר צוריק — דער אריז״ל, רבינו שלמה לוריא ז״ל.

איז עס גאר דער ארז״ל וואס האט מיט זיין אייפער און קאבאליסטישן פייער פארוואנדלט די באשיידענע ימים טובים אין א הימל-טימל. ווער ווייס, אפשר דערפאר איז דער אריז״ל געווארן אזוי פאפולער, ווייל ער האט גענומען אזעלעכע סארט מצוות און ימים טובים וועלעכע פארמאגן לכתחילה א שוואכן און בלאסן אינהאלט, און זיי פארוואנדלט אין א לעבעדיגן שטיק פייער.

אבער, הייליגער אר״י, זאלט איר מיר מוחל זיין אלף פעמים פאר מיין חוצפה, אבער וואס איר האט דא אנגעמאכט איז נישט פאר מיינע נערוון. גיט א קוק אויף דער שמחת תורה — די היץ, די געדרענג, די געשטופעניש, — רבונו דעלמא, א פאסטיוואל א פאראדע האט איר מיר דא געמאכט, און דאס כבוד זוכעניש — געוואלד, עס שטייען און ציטערן שיינע אידן פון די ערשטע שורה אין שול ווי ביי נתנה תוקף, ווארטנדיק זיך צו דערוויסן וועמען מע וועט הײַיאָר געבן די גרויסע כּיבודים — מי ב״באתה הראת״, ומי בהקפה ראשונה, מי בעוזר דלים, ומי בחתן תורה וכו׳. און ערגער פון אלעם, ס׳איז גאר געווארן א פלאטפארמע פאר אדמו״רים, די גײַסטיקע חסידישע פֿירער, צו טאנצן ווי אין א צירק מיט חסידים שוואנצנים ארום.

וואלט נישט שענער געווען ווען מען פראוועט די צוויי וואונדער שיינע לעצטע טעג אין דער שטיל, אן דעם טאראראם? איי די האלעפטשעס? לאזט דאס אויף פורים! ס׳עט נישט פעלן קיין מטעמים פון דער באבען.

נאר וואס, דאס איז דער זעלבער אריז״ל וואס זאגט אז פארן דאווענען דארף מען זאגן דעם פסוק „ואהבת לרעך כמוך“. ווייזט אויס, אז דער אריז״ל איז געווען אן אחדות מענטש, אזא איינער וואס האט געגלויבט אז כל ישראל, אפילו עמך, קענען באווייזן מער ווי דער דרך הטבע, אלע זענען מיר ביכולת צו פראווען יום טוב מיט אן איבעריגן פייער — מיט א שמיץ אריבער.

און ווירקליך, אז מיר לייגן צו אן אויג, זעען מיר באשיימפערליך די בשותפֿותדיקייט צווישן די אלע דריי דערמאנטע ימים טובים, באשפרענקלט מיטן אריז״ל׳ס ניחוח. סיי ל״ג בעומר, סיי שמחת תורה, סיי שבועות ברעכן איבער די גרענעצן פון מענטשליכן באקוועמליכקייט, מען טאנצט שעה׳ן לאנג, מען דרשנט שעה׳ן לאנג, מען שוויצט, מען פּילעוועט, און די אחדות איז ווי קיינמאל אין יאר נישט.

ספעציעל זעט מען דאס אום ל״ג בעומר און שמחת תורה. עס טאנצן אלע סארטן אידן פלייצע צו פלייצע מיטן גאנצן פייער, אין פולן קירוב לבבות, מיט גאל און נשמה, האַרץ און געפיל, און ס׳גייט א רויך פון רעש און כאאס, קדושה און שגעון.

אויב שוין יא אזוי, איז אפשר פארט כדאי צו פֿראווען אט די ימים טובים מיט אזא ברען, כל זמן מע פארשטייט דעם דערהויבענעם ציל דערפון: אחדות און התלהבות איבער די געוויינטליכע מענטשליכע גדרים. זאל איך דערפאר מוחל זיין דעם אריז״ל פארן צעשטערן מיין ליבן אינטימען שמיני עצרת.

איז ברידערלעך — שישו ושמחו בשמחת האנושיות, פרייט אייך אלע מיט דער פרייד פון דער מענטשהייט, דער פרייד פון הייליגן שגעון און כאאס!

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.