דרײַ פֿילמען אויף ייִדיש בײַם ניו־יאָרקער ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַלThree Yiddish films at the New York Jewish Film Festival
מע קען אויך הערן אַ ביסל ייִדיש אין אַ פֿערטן פֿילם אויפֿן פֿעסטיוואַל, וועגן די חסידישע קרײַזן אין ברוקלין.

Graphic by Angelie Zaslavsky
אויפֿן ניו־יאָרקער ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל, וואָס קומט פֿאָר צווישן דעם 12טן און דעם 23סטן יאַנואַר אין מאַנהעטן, וועט מען ווײַזן דרײַ פֿילמען אויף ייִדיש: אַ נײַעם פֿילם, SHTTL, רעזשיסירט פֿון וואָלטער אַדי; יוסף גרינס קלאַסישן פֿילם, „אַ בריוועלע דער מאַמען“ און אַ קורצן דאָקומענטאַר־פֿילם, „דאָס ייִדישע לעבן אין לעמבערג“.
אַלע פֿילמען וועט מען שפּילן אינעם „וואָלטער ריד“־קינאָ־זאַל, 165 וועסט 65סטע גאַס.
SHTTL האָט מען שוין געוויזן אויף עטלעכע פֿריִערדיקע קינאָ־פֿעסטיוואַלן, וווּ די קריטיקער האָבן אים שטאַרק געלויבט. ער שילדערט אַ טאָג אין אַ פֿיקטיוון שטעטל אין אוקראַיִנע אויף דער גרענעץ מיט פּוילן, פּונקט איידער די נאַציס האָבן אַרײַנמאַרשירט. דער גאַנצער דיאַלאָג קומט פֿאָר אויף ייִדיש און אוקראַיִניש. בײַ צוויי פֿון די אַקטיאָרן קען מען דערקענען אַז ייִדיש איז בײַ זיי אַ מוטערשפּראַך.
צו באַשטעלן בילעטן צו זען SHTTL דינסטיק, דעם 17טן יאַונאַר, 1:00 נאָך מיטאָג, גיט אַ קוועטש דאָ. מע וועט אויך ווײַזן דעם פֿילם מאָנטיק, דעם 16טן יאַנואַר, 5:00 אָבער יענע ווײַזונג איז שוין אויספֿאַרקויפֿט. פֿאַראינטערעסירטע קענען אָבער נאָך אפֿשר באַקומען אַ בילעט אויב זיי קומען צו דער קאַסע פֿאַר דער ווײַזונג.
„אַ בריוועלע דער מאַמען“ וועט מען ווײַזן זונטיק, דעם 15טן יאַנואַר, 12:00 מיטאָגצײַט. פּראָדוצירט אין פּוילן אין 1939, שילדערט ער אַ מאַמע פֿון דרײַ קינדער ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה. די מאַמע, דאָבריש, באַמיט זיך מיט אַלע כּוחות אויסצוהאַלטן איר משפּחה נאָך דעם ווי איר מאַן איז אָפּגעפֿאָרן קיין אַמעריקע.
איידער מע ווײַזט „אַ בריוועלע דער מאַמען“ וועט מען שפּילן אַ קורצן דאָקומענטאַר־פֿילם, „דאָס ייִדישע לעבן אין לעמבערג“, וואָס שילדערט דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון די ייִדישע אײַנוווינער פֿון לעמבערג (הײַנט לוויוו, אוקראַיִנע) אין 1939. דער זעלטענער פֿילם, געשאַפֿן פֿון די וואַרשעווער פֿילמאָגראַפֿן שאול און יצחק גאָסקינד, איז פֿול מיט לעבעדיקע אימאַזשן פֿון מאָדיש־געקליידטע פֿרויען, רעשיקע מאַרקן, פּאַרקן און פּראָמענאַדן, האַרט פֿאַר דער דײַטשער אינוואַזיע.
צו באַשטעלן בילעטן צו „אַ בריוועלע דער מאַמען“ און „דאָס ייִדישע לעבן אין לעמבערג“, גיט אַ קוועטש דאָ.
נאָך אַ פֿילם אויפֿן פֿעסטיוואַל וווּ מע קען הערן ייִדיש איז אַ רעסטאַוורירטער נוסח פֿונעם 1997-פֿילם, A Life Apart (אַן אָפּגעזונדערט לעבן) — אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן די חסידישע קרײַזן אין דער שטאָט ניו־יאָרק. דער פֿילם, וואָס איז רעזשיסירט געוואָרן פֿון אורן רודאַווסקי און מנחם דאַום, מערקט הײַיאָר אָפּ זײַן 25סטן יוביליי, און וועט איצט ווערן אַ טייל פֿון אַן אַרכיוו אין ברוקלין־קאָלעדזש וואָס שילדערט ווי די חסידים האָבן זיך אַזוי הצלחהדיק אײַנגעפֿונדעוועט אין אַמעריקע נאָכן חורבן — אַ זאַך וואָס קיינער האָט דעמאָלט נישט פֿאָרויסגעזען.
דעם פֿילם, וואָס קומט פֿאָר אויף ענגליש, רוסיש און ייִדיש, וועט מען ווײַזן דאָנערשטיק, דעם 19טן יאַנואַר, 7:00 אין אָוונט. נאָך דעם וועט פֿאָרקומען אַ פּאַנעל־דיסקוסיע מיט רודאַווסקי, באַום און אַנדערע פֿיגורן פֿאַרבונדן מיטן פֿילם. צו באַשטעלן בילעטן צום פֿילם גיט אַ קוועטש דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

