ווידעאָ: שלום עליכמס „די מעשׂה מיט אַ גרינהאָרן“VIDEO: Sholem Aleichem’s ‘The Story of a Greenhorn’
הערשל גלעזער לייענט פֿאָר די דערציילונג וועגן אַ ייִדישן געשעפֿטסמאַן וואָס לערנט אַ משל אַ צווייטן ייִד, אַ נײַ געקומענעם אין אַמעריקע.

Photo by Getty Images
הערשל גלעזער לייענט פֿאָר שלום־עליכמס דערציילונג „די מעשׂה מיט אַ גרינהאָרן“ אין דעם ווידעאָ מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך.
אינעם ווידעאָ דערציילט אַ ייִדישער געשעפֿטסמאַן, מיסטער באַראַבאַן, ווי ער האָט אָנגעלערנט אַ צווייטן ייִד, אַ נײַ געקומענעם אין אַמעריקע, פֿאַרן האָבן חתונה געהאַט בלויז „צוליב ביזנעס“.