לכּבֿוד מוטערסטאָג, הערט חיים גראַדעס פּרעכטיק ליד, „מײַן מאַמע“AUDIO: For Mother’s Day, listen to Chaim Grade’s beautiful poem, ‘My Mother’
ווען גראַדעס מאַמע און פֿרוי זענען אומגעקומען מצד די דײַטשן איז דער פּאָעט געבליבן מיט אַ שולדגעפֿיל אױפֿן גאַנצן לעבן.

Image by Yehuda Blum
לכּבֿוד מוטערסטאָג, וואָס פֿאַלט אויס דעם זונטיק, דעם 14טן מײַ, ברענגען מיר אײַך חיים גראַדעס פּרעכטיק ליד, „מײַן מאַמע“, וואָס די ייִדישע ליטעראַטור־פֿאָרשערין און שרײַבערין שבֿע צוקער האָט אַ מאָל אָפּגעדרוקט אין איר בלאָג, לידערליכט.
צוקער גיט אָן אַ קורצע ביאָגראַפֿיע פֿון גראַדען, וווּ זי שרײַבט: „בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה, מײנענדיק אַז די נאַציס װעלן פֿרױען ניט אָנטאָן קיין שאָדן, איז ער געלאָפֿן קיין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אָן דער מאַמען און אָן זײַן װײַב פֿרומע־ליבטשע. די בײדע זײַנען אומגעקומען און גראַדע איז געבליבן מיט אַ שולדגעפֿיל אױפֿן גאַנצן לעבן.“
אין זײַן ליד, וואָס איר קענט געפֿינען אונטן, קענט איר דערפֿילן גראַדעס טיפֿע בענקשאַפֿט צו איר. איר קענט אויך הערן ווי צוקער לייענט עס פֿאָר.
מײַן מאַמע
די באַקן ― אײַנגעפֿאַלן און די אױגן ― האַלב נאָר אָפֿן,
הערט מײַן מאַמע, װי עס זיפֿצן אירע קני:
אַ גאַנצן װינטערדיקן אינדערפֿרי
אױף אַלע מערק אַרומגעלאָפֿן ―
לאָז זשע איצטער אונדז בײַם טױערװאַנט
די נאַכט דערשלאָפֿן. . .
און ס’װײנט איר האַנט:
אַ פֿױגל װערט דאָך אױך פֿאַרמאַטערט פֿאָכען, פֿאָכען
מיט די פֿליגל נאָכאַנאַנד. . .
און ס’זינקט איר קאָפּ ―
נאָר מײַן מאַמע טרײסלט גיך זיך דעם דרימל אָפּ,
װי אַ בײמל טרײסלט אָפּ דעם רעגן.
איר פּנים רויכערט זיך ― אַ פֿײַערטאָפּ,
און אירע הענט, זײ מעסטן, װעגן.
זי טענהט אײַן, זי רופֿט,
ביז זי דרעמלט אײַן מיט האַלב פֿאַרמאַכטע אױגן,
עס טאַפּט איר האַנט אין קאַלטער לופֿט
און בלײַבט אַזױ שױן אױסגעצױגן.
אָט אַזױ,
אַ שאָטן אױפֿן שנײ,
שאָקלט זי זיך אום אַ גאַנצן טאָג,
ביז אין דער נאַכט אַ שטיק;
זי װיגט זיך, װי דער שפּינדל פֿון איר װאָג,
אַהין און אױף צוריק.
אָט אַזױ,
אַן אױפֿגעהױקערטע ― אײן גרױסער האָרב,
פֿױלט זי אינעם שנײיִקן געדרײ,
װי די עפּל אין איר קאָרב
און שלאָפֿט . . .
װי קױלן גליִען אירע באַקן,
עס שנײַדט דער פֿראָסט אין האַלדז און נאַקן. ―
אין װינט און שנײ פֿאַרװײט
שלאָפֿט מײַן מאַמע שטײענדיקערהײט. . .
און כראָפּעט שױן װי אַ קודלאַטער שװאַרצער הונט דער הױף,
נעמט זי אירע קאָשיקעס צונױף,
װי אַ בעטלער זײַנע גראָשנס
און דאָס רױטע אױג אין טױער װערט פֿאַרלאָשן.
נאָר גלײַך בײַם שװעל צעיאָמערן זיך אירע טריט:
אומזיסט געהאָפֿט!
זי טאָפּטשעט אום אין שטיבל מיד
און שלאָפֿט. . .
דאָס לעמפּל שלוקערצט אין איר האַנט,
עס שטיקט זיך אינעם רױכיקן געװײן,
זי װיגט זיך בײַ אַ װאַנט,
װי אױפֿן פֿעלד בײַ אַ מצבֿה־שטײן,
און שלאָפֿט. . .
עס לױערט אין איר האַנט די האַק
אױף אירע אױסגעקרימטע פֿינגער,
און אױף איר מאָגערער, צעקנײטשטער באַק
לױערן אין אײװעלע די פֿײַערדיקע צינגער ―
און זי שלאָפֿט . . .
עס פֿרירן אירע הענט אין מולטער:
פֿאַרגעסן זיי אַרױסצונעמען!. . .
עס טרײסלט זיך איר דינער שולטער,
זי װאַשט, זי שױדערט מיט אַראָפּגעלאָזטע ברעמען
און זי שלאָפֿט. . .
און נעמט זי שױן צעװישן אירע קני דעם טאָפּ,
דאָס לעפֿל צו איר מױל, ―
פֿאַלט איר האַנט צוריק אַראָפּ
אַן אײַנגעמאַטערטע און פֿױל ― ― ―
זי שלאָפֿט ―
מײַן מאַמע שלאָפֿט.
פֿון גראַדעס בוך, „דורות, לידער און פּאָעמעס“, ניו־יאָרק, 1945
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
