נײַער דאָקומענטאַר־פֿילם אויף ייִדיש וועגן דעם ליובאַוויטשער רביןNew documentary in Yiddish about the Lubavitcher Rebbe
דער פֿילם איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן לכּבֿוד דעם רבינס יאָרצײַט, ג׳ תּמוז.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די וואָך איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַ פֿילם װעגן דעם זיבעטן און לעצטן ליובאַוויטשער רבין, מנחם מענדל שניאורסאָן, לכּבֿוד זײַן יאָרצײַט, ג׳ תּמוז. די נאַראַציע פֿונעם פֿילם איז אין גאַנצן אויף ייִדיש און די אינטערוויוען וואָס קומען פֿאָר אויף אַנדערע שפּראַכן, ווי ענגליש און העברעיִש, ווערן באַגלייט מיט ייִדישע אונטערקעפּלעך.
דער פֿילם, וואָס איז פּראָדוצירט געוואָרן דורך צוויי ליובאַוויטשער מעדיאַ־פֿירמעס — „ייִדישע בילדונג־מעדיאַ“ און „היכל מנחם“ — דערציילט וועגן דעם רבינס לעבן און גיט איבער אינטערעסאַנטע זכרונות וועגן זײַן גאונות און מסירת־נפֿש.
אין איין אינטערוויו למשל דערציילט הרבֿ גרשון מענדל גאָרעליק ע״ה — דער אַמאָליקער הויפּט־חב״ד־רבֿ פֿון מילאַן, איטאַליע — ווי ר׳ מנחם מענדל האָט, זײַענדיק אין ווישי־פֿראַנקרײַך בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, געגנבֿעט די גרענעץ פֿון פֿראַנקרײַך קיין איטאַליע, כּדי צו באַקומען אתרוגים וואָס וואַקסן אין דער קאַלאַבריער געגנט אין איטאַליע. יענע אתרוגים זענען וועלט־באַרימט פֿאַר זייער הויכער קוואַליטעט.
כּדי צו זען דעם פֿילם, גיט אַ קװעטש דאָ.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
That’s why I’m paying it Forward, by matching $36,000 of reader gifts. It’s an investment in the Forward’s newsroom, to continue telling the American Jewish story with truth and independence.
— Joel Brown, Forward board chair
