אַ ייִדיש־וואַקאַציע נישט ווײַט פֿון וואַרשע A Yiddish vacation not far from Warsaw
בײַם „ייִדיש־מאַראַטאָן“ וועט מען לייענען ליטעראַטור צוזאַמען, זינגען, קאָכן און הערן לעקציעס, אַלץ אויף ייִדיש
נאָך אַ צװײ־יאָריקער מגפֿה־הפֿסקה אָרגאַניזירט דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער זײַן דריטן ייִדיש־מאַראַטאָן – אַ װאָך־לאַנגע װאַקאַציע אױף ייִדיש, ענלעך צו דער יוגנטרוף ייִדיש־װאָך אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. דער זומער־מאַראַטאָן װעט פֿאָרקומען פֿונעם 14טן ביזן 20סטן אױגוסט אין פּױלן, בײַ אַן אָזערע נישט װײַט פֿון װאַרשע, זאַלעװ זעגזשינסקי.
די פֿריִערדיקע „מאַראַטאָנען“ זענען פֿאָרגעקומען סוף-דעצעמבער אָנהייב־יאַנואַר אין גריכנלאַנד.
כאָטש דאָס אָרט און דער סעזאָן פֿונעם ייִדיש־מאַראַטאָן איז אַנדערש ווי די פֿריִערדיקע בלײַבט דער ציל דער זעלבער – אַז ייִדישיסטן פֿון פֿאַרשידענע לענדער זאָלן פֿאַרברענגען אַ װאָך צוזאַמען און רעדן נאָר ייִדיש. (אַפֿילו אָנהייבערס מוזן זײַן גרייט דאָס צו טאָן.)
װי פֿריִער שטעלט מען צונויף די פּראָגראַם צוזאַמען מיט די אָנטײלנעמער. ווער עס וויל קען פֿאָרלײגן אַ װאַרשטאַט, אַ לעקציע, אַ שפּיל – װאָס עס זאָל נישט זײַן, אַבי אױף ייִדיש. אין די פֿריִערדיקע יאָרן האָט מען למשל געהערט אַ לעקציע װעגן זונפּאַנעלן, זיך געלערנט אַרבעטן מיט טערמאָ־פּלאַסטיק און געדרײט אַ קורצן „פֿילם װעגן אַ פֿילם װעגן אַ הײַפֿיש“. מע האָט אױך געלײענט צוזאַמען אױף ייִדיש, געזונגען און געקאָכט, און דאָס יאָר וועט מען טאָן דאָס זעלבע.
די אָרגאַניזאַטאָרשעס האָבן שױן באַקומען עטלעכע פֿאָרלײגן פֿון די פֿאַרשריבענע און גרײטן שױן צו זײערע אַקטיװיטעטן – אַ פֿילם־װאַרשטאַט, אַ זינגערײַ, אַ רײ אַקטיװיטעטן אַרום פֿאַרשידענע שפּילן, רעפֿעראַטן און לעקציעס. אין דעם האָטעל איז דאָ אַ פּאָרט און מע װעט קענען באָרגן אַ קאַיאַק צי אַ זעגלשיפֿל. מע אָרגאַניזירט אויך אַן עקסקורסיע אָבער דער ציל פֿון דער רײַזע וועט בלײַבן אַ סוד ביז דער מאַראַטאָן הייבט זיך אָן. װי אַלע אַקטיװיטעטן מוז מען נישט מיטפֿאָרן אויף דער עקסקורסיע; מע קען אױך ליגן און טאָן גאָרנישט, אַבי מע טוט גאָרנישט אױף ייִדיש!
דער זומער־מאַראַטאָן איז אַ געלעגנהײט פֿאַר די באַטייליקטע צו פֿאַרבעסערן זייער ייִדיש, זיך צו באַקענען מיט נײַע מענטשן און זיך װידער טרעפֿן מיט אַלטע פֿרײַנד. ס׳וועט אויך געבן אַלעמען אַ געלעגנהייט זיך צו טרעפֿן פּנים־אל־פּנים צום ערשטן מאָל מיט מענטשן וואָס מע האָט ביז איצט געקענט בלויז דורך די זום־אונטערנעמונגען.
די אָנטיילנעמער וועלן עסן פֿרישטיק און װעטשערע צוזאַמען. די מאָלצײַטן וועלן נישט זײַן כּשר אָבער עס וועלן זײַן וועגאַנישע ברירות בײַ יעדן מאָלצײַט.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קװעטש דאָ, װעט איר שוין געפֿינען אַלע װיכטיקע פּרטים, אַ פֿאַרבינדונג צום אײַנשרײַבונג־װעבזײַטל און קאָנטאַקט־אינפֿאָרמאַציע פֿון די אָרגאַניזאַטאָרשעס. עס זענען דאָ אַ באַגרענעצטע צאָל סטיפּענדיעס פֿאַר פֿאַראינטערעסירטע וואָס קענען נישט באַצאָלן דעם גאַנצן פּרײַז. כּדי אָנצוגעבן אויף אַ סובסידיע שיקט אַ בקשה אױפֿן אַדרעס [email protected].
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO