זום: אַ סיום משניות אויף ייִדיש צו די שלושים פֿון חוה לאַפּין ז״לZoom: Learning a Mishnah chapter in Yiddish in memory of Yiddish scholar Chava Lapin
דער פֿאָרשער מיכל וועקס וועט אָנפֿירן דעם סיום פֿון משנה תּענית, אין דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון חוה לאַפּינס פֿעטער, שׂ. פּעטרושקא

Graphic by Angelie Zaslavsky
זונטיק, דעם 23סטן יולי, וועט מען דורך זום פּראַווען די שלושים פֿון דער באַליבטער ייִדיש־לערערין ד״ר חוה לאַפּין ע״ה דורך אַ סיום משניות.
מע וועט ניצן די ייִדישע איבערזעצונג פֿון חוה לאַפּינס פֿעטער, שׂ. פּעטרושקא, וועלכער האָט איבערגעזעצט אַלע זעקס משניות אויף ייִדיש.
דער פֿאָרשער און שרײַבער מיכל וועקס, װאָס האַלט איצט אין לערנען די גאַנצע מסכתּא, וועט אָנפֿירן דעם סיום דורכן לערנען מיטן עולם די לעצטע משנה פֿון מסכתּא תּענית.
דער עולם וועט אויך הערן זכרונות פֿון צוויי מענטשן, וואָס האָבן גוט געקענט חוה לאַפּינען: רייזל פֿישמאַן קאַנדיב, אַ מיטגליד פֿון דער ייִדיש־קאָמיטעט בײַ דער מאָנטרעאָלער ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק, וועלכע איז אויך אַקטיוו מיטן דאָרע וואַסערמאַן־טעאַטער, און ד”ר הערשל גלעזער, פֿון דער ייִדיש־ליגע, און דער מיטרעדאַקטאָר פֿונעם אַרומנעמיקן ענגליש־ייִדישן ווערטערבוך.
לטובֿת די מענטשן וואָס ווילן פֿאַרן סיום אַליין לערנען אַ ביסל משנה, קען מען עס לייענען אויף ענגליש דאָ. (געפֿינט די אַכטע משנה פֿון פֿערטן פּרק.)
כּדי דאָס צו לערנען אויף ייִדיש, קען מען עס געפֿינען אין פּעטרושקאס טעקסט דאָ. זוכט אויס סדר מועד, מסכתּא תענית, וואָס הייבט זיך אָן אויף זײַט 402, פּרק ד׳ אויף ז׳ 416 און משנה ח׳ אויף ז׳ 422.
דער סיום קומט פֿאָר דעם 23סטן יולי, צוויי אַ זייגער נ”מ ניו־יאָרקער צײַט. פֿאַררעגיסטרירט זיך דאָ.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
That’s why I’m paying it Forward, by matching $36,000 of reader gifts. It’s an investment in the Forward’s newsroom, to continue telling the American Jewish story with truth and independence.
— Joel Brown, Forward board chair
