דער חסידישער װעבפֿאָרום „קאַװע שטיבל“ שליסט זיךThe Hasidic internet forum ‘Kave Shtiebel’ says goodbye
אַ נײַער פֿאָרום, ״קרעמל״, װעט פּרוּװן צו פֿאַרנעמען זײַן אָרט

Photo by Life of Pix/Pexels
די פֿאַרװאַלטערס פֿונעם פּאָפּולערן חסידישן װעבפֿאָרום „קאַװע שטיבל“ האָבן מיטוואָך געמאָלדן, אַז דאָס װעבזײַטל װעט זיך פֿאַרמאַכן. דאָס הײסט אַז מע קען מער נישט שרײַבן קיין מעלדונגען אָדער אָפּרופֿן אויפֿן פֿאָרום, אָבער מע וועט יאָ ווײַטער קענען לײענען די אַלטע פּאָסטן פֿונעם וועבזײַטל. די אַדמיניסטראַציע האָט געמאָלדן די ידיעה אויף דער סאָציאַלער מעדיע.
דער פֿאָרום איז געגרינדערט געװאָרן מיט 12 יאָר צוריק כּדי צו דערמעגלעכן עפֿנטלעכע דיסקוסיעס צווישן ייִדיש־רעדנדיקע חסידים. צווישן די טעמעס וואָס מע האָט אַרומגערעדט: װיסנשאַפֿט, געשיכטע, געשעפֿטן, די ייִדישע גראַמאַטיק און אַלערלײַ געזעלשאַפֿטלעכע ענינים.
איינער פֿון די מערקװירדיקסטע פֿעדעם לגבי געזעלשאַפֿטלעכע טעמעס האָט באַהאַנדלט נײַעס פֿון די באַלעסטיקונג־פֿאַרברענסס אין דער קהילה. דאָס קענען דאָרט רעדן וועגן יענע סעקסועלע פֿאַרברעכער איז אַ קלאָרער בײַשפּיל פֿונעם וואָרט־פֿרײַהייט וואָס די אַדמיניסטראַציע דערלויבט, נעמענדיק אין באַטראַכט דעם חרדישן טאַבו פֿון אַרומרעדן אַזוינע ענינים בפֿרהסיא.
די מחברים פֿון דער מעלדונג האָבן געשריבן אַז זײ זענען „אַ ביסל באַקװעמער“ מיט דעם באַשלוס צו פֿאַרמאַכן דעם פֿאָרום װײַל ס׳איז שוין דאָ אַ נײַער פֿאָרום, „קרעמל“ וואָס מוטיקט די לייענער זיך צו באַטייליקן אין שמועסן וועגן טעמעס וואָס ווערן געוויינטלעך פֿאַרשוויגן אין די חסידישע קהילות. איצטער אָבער איז צוטריט צו קרעמל באַגרענעצט צו די װאָס זענען אײַנגעלאַדן געװאָרן.
די אָפּרופֿן אויף דער מעלדונג האָבן אויסגעדריקט באַדויער און דאַנקבאַרקײט. איינער האָט אַפֿילו געגראַמט זײַן באַמערקונג:
אוי אַ פחד אַ שרעק!!!
קאַווע שטיבל איז אַוועק….
ס׳איז נישטאָ קײן ספֿק אַז דער פֿאָרום האָט געשפּילט זײער אַ װיכטיקע ראָלע במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 12 יאָר דורכן געבן די מיטגלידער פֿון די חסידישע קרײַזן אַ מעגלעכקייט אויסצודריקן נײַע באַגריפֿן און וועלטבאַנעמען. אַפֿילו אויב „קרעמל“ וועט נישט האָבן אַזאַ הצלחה ווי „קאַווע שטיבל“,איז קלאָר אַז ס׳איז דאָ אַ וואַקסנדיקער אינטערעס בײַ די חסידים זיך צו באַטייליקן אין עפֿנטלעכע שמועסן וועגן טעמעס וואָס זענען ביז לעצטנס געווען פֿאַרווערט אין די חסידישע קרײַזן.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
