Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ: לוויה פֿונעם חשובֿן רבֿ אַבֿרהמל אויסבאַנד ז״ל איז געווען אויף ייִדישVIDEO: Funeral for respected Rabbi Avrohom Ausband z”l was conducted in Yiddish

אין דער טעלזער ישיבֿה אין ריווערדייל, ניו־יאָרק האָט דער ניפֿטר יעדן שבת געגעבן אַ פּרשת־שיעור פֿאַר די בחורים אויף ייִדיש

דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק אין דער פֿרי האָבן מער ווי טויזנט ייִדן זיך פֿאַרזאַמלט אין דער טעלזער ישיבֿה אין ריווערדייל, ניו־יאָרק, כּדי בײַצוזײַן אויף דער לוויה פֿונעם אָנגעזעענעם, באַליבטן ראש־ישיבֿה, הרבֿ אַבֿרהם אויסבאַנד, וועלכער איז פּלוצלינג ניפֿטר געוואָרן פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, דעם ערשטן טאָג אלול, בשעת ער האָט געגעבן אַ שיעור אין דער ישיבֿה. ער איז געווען 76 יאָר אַלט.

כּמעט אַלע הספּדים אויף דער לוויה האָט מען געמאַכט אויף ייִדיש.

הרבֿ אַבֿרהמל אויסבאַנד, איינער פֿון די גדולי תּורה אין אַמעריקע, איז געווען פֿונעם פֿיפֿטן דור טעלזער. זײַן טאַטע איז געווען הרבֿ אײַזיק אויסבאַנד ז״ל, דער לאַנגיאָריקער ראש־ישיבֿה אין דער טעלזער ישיבֿה אין קליוולאַנד. די רביצין חיה אויסבאַנד ע״ה איז געווען איינע פֿון דרײַ טעכטער פֿון הרבֿ אַבֿרהם יצחק בלאָק ז״ל — אַ לעבן געבליבענער פֿון חורבן וואָס האָט געדינט ווי דער ראש־ישיבֿה פֿון טעלז אין ליטע.

הספּדים אויף ייִדיש זענען אַוודאי נישט קיין חידוש אויף אַ חסידישער לוויה, אָבער הרבֿ אויסבאַנדס ישיבֿה איז אַ ליטווישע, אַזוי ווי די ישיבֿות אין דער גרויסער חרדישער קהילה אין לייקוווּד, ניו־דזשערזי. במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר פֿירן זיך די אַמעריקאַנער ליטווישע ישיבֿות כּמעט אויסשליסלעך אויף ענגליש און די ישׂראלדיקע — אויף העברעיִש.

אין דער טעלזער ישיבֿה אין ריווערדייל פֿירט מען הײַנט אויך די שיעורים אויף ענגליש, מיט איין אויסנאַם. יעדן שבת, נאָך שלש־סעודות, האָט הרבֿ אויסבאַנד, פֿאַר אַלע ישיבֿה־בחורים און רביים, געגעבן אַ פּרשה־שיעור אויף ייִדיש, וואָס ער האָט באַצייכנט ווי אַ „שמועס“.

איך אַליין האָב גאָרנישט געוווּסט אַז דאָ בײַ מיר אין געגנט קומט יעדע וואָך פֿאָר אַ שיעור אויף ייִדיש. מײַן זון גדליה איז איין מאָל געזעסן אויף אַן עפֿנטלעכן שיעור (אויף ענגליש) אין טעלז פֿרײַטיק אין דער פֿרי, ווען דער רבֿ וואָס האָט געגעבן דעם שיעור, ר׳ משה פֿערבער, ווייסנדיק אַז גדליה קען ייִדיש, איז צוגעגאַנגען צו אים און געזאָגט אַז יעדן שבת נאָך שלש־סעודות, קומט פֿאָר אַ שיעור וועגן דער סדרה אויף ייִדיש. דעם צווייטן טאָג איז גדליה טאַקע געגאַנגען אַהין צו שלש־סעודות און איז נתפּעל געוואָרן. נישט נאָר האָט הרבֿ אויסבאַנד געגעבן דעם שיעור פֿאַר די יונגע בחורים אין גאַנצן אויף ייִדיש, אָבער ער האָט עס געטאָן מיט האַרץ און געפֿיל.

אויף דער לוויה, האָט מען געמאָלדן אַז דעם ניפֿטרס זון, הרבֿ אליהו אויסבאַנד, וועט ממשיך זײַן די טראַדיציע פֿון געבן דעם שלש־סעודות־שיעור אויף ייִדיש.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.