ווידעאָ: באַקענט זיך מיטן ייִדישן לינגוויסט און קולטור־טוער דוד בראַון VIDEO: Meet Yiddish linguist and culture activist Dovid Braun
ער פֿלעג זיך צוהערן ווי די מאַמע און באָבע שמועסן אויף ייִדיש און נישט באַנומען פֿאַר וואָס ער פֿאַרשטייט זיי נישט.

Photo by Yiddish Branzhe
ווייניק מענטשן ווייסן אַז דער הײַנטיקער דירעקטאָר פֿון דער ייִדיש־זומער־פּראָגראַם בײַם ייִוואָ, דוד בראַון, איז נישט דערצויגן געוואָרן אויף ייִדיש, נאָר האָט קינדווײַז אַליין זיך אויסגעלערנט די שפּראַך.
אין אַ ווידעאָ אַרויסגעלאָזט לעצטנס פֿונעם אָנלײַן־זשורנאַל „ייִדיש־בראַנזשע“, דערציילט דוד אַז ער פֿלעג זיך צוהערן ווי די מאַמע און באָבע שמועסן אויף ייִדיש און האָט פּשוט נישט באַנומען פֿאַר וואָס ער קען זיי נישט פֿאַרשטיין. דאָס האָט אים אַ פּנים איבערגעצײַגט, אַז ער מוז זיך אויסלערנען די שפּראַך — וכּך חוה.
איך געדענק נאָך אין די אָנהייב 1980ער יאָרן ווי דוד, דעמאָלט נישט עלטער פֿון אַ 12־13 יאָר, פֿלעג קומען אויף די יוגנטרוף־אונטערנעמונגען און מיר האָבן אַלע באַוווּנדערט ווי גוט ער רעדט ייִדיש. טאַקע דעמאָלט האָט מײַן טאַטע, דער לינגוויסט מרדכי שעכטער, אים צוגענומען ווי אַ געהילף בײַם צונויפֿשטעלן דאָס בוך פֿון באָטאַנישע טערמינען אויף ייִדיש — „די געוויקסן־וועלט אויף ייִדיש“. דאָס באַשרײַבט ער דאָ אויך.
דער ווידעאָ איז מערקווירדיק נישט בלויז ווײַל ער באַקענט אונדז מיט דודס הינטערגרונט. ער קען אויך דינען ווי אַ וווּנדערלעכער לערן־מיטל פֿאַר סטודענטן וואָס ווילן הערן אַ נאַטירלעכן ייִדיש פֿון אַ מומחה — אָן שום ענגלישע אונטערקעפּלעך.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

