ווידעאָ: ריקי רויז האָט נאָך אַ שלאַגער מיט איר נײַ ייִדיש ליד „שלאָף“ VIDEO: Riki Rose has another hit with her new Yiddish single, “Shluf”
אינעם ליד באַשרײַבט די חסידיש־דערצויגענע זינגערין אַ צרה מיט וועלכער זי ראַנגלט זיך יעדע נאַכט.

Courtesy of Riki Rose
אַלע דאָקטוירים וועלן דיר זאָגן, אַז דאָס נישט שלאָפֿן גענוג קען שטאַרק שאַטן דעם געזונט — סײַ פֿיזיש סײַ גײַסטיק.
אין דער רעקאָרדירונג פֿון איר נײַ ייִדיש ליד „שלאָף“, פּראָדוצירט פֿון שלמה בערנשטיין, באַשרײַבט די חסידיש־דערצויגענע זינגערין ריקי ראָוז אירע אייגענע שוועריקייטן בײַם אײַנשלאָפֿן בײַ נאַכט. ווי אין איר פֿריִערדיק ליד „אָטעם אַרײַן און אָטעם אַרויס“, דריקט זי זיך אויס אויף אַ היימישן ייִדיש, צום טאַקט פֿון אַ מאָדערנער ראָק־מעלאָדיע. בײַ אַלע אירע לידער האָט זי אַליין געשאַפֿן סײַ די ווערטער, סײַ די מוזיק.
ווי עס זעט אויס, וועט דאָס ליד, ווי אירע פֿריִערדיקע, גיך ווערן אַ שלאַגער אויף דער ייִדישער גאַס. אין ווייניקער ווי אַ טאָג האָט מען עס שוין געהערט מער ווי 5,000 מאָל.