ייִדיש־רעדער פֿאַרברענגען אין איינעם אין שיקאַגע, באָסטאָן און אַנדערע שטעטYiddish speakers having fun together in Chicago, Boston and other cities
ייִדיש־רעדער אין שטעט איבער דער וועלט קענען קריגן שטיצע צו פֿאַרברענגען פּנים־אל־פּנים אויף ייִדיש מיט אַנדערע ייִדיש־קענער

Courtesy of Yugntruf
אַ דאַנק אַ נײַער איניציאַטיוו פֿון דער אָרגאַניזאַציע יוגנטרוף, קענען גרופּעס ייִדיש־רעדער אין שטעט איבער דער וועלט באַקומען שטיצע צו פֿאַרברענגען פּנים־אל־פּנים אויף ייִדיש מיט אַנדערע ייִדיש־קענער. די שטיצע נעמט אַרײַן פֿינאַנציעלע אינצענטיוון, ווי אויך הילף בײַם פֿאַרפּירסומען די אַקטיוויטעטן.
יוגנטרוף האָט לאַנצירט די אַזוי־גערופֿענע „פֿאַרברענג גרופּעס“, נאָך דעם ווי ס’רובֿ אַנדערע ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס האָבן צוליב דער פּאַנדעמיע איבערגעפֿירט זײערע כּוחות צום צוגרײטן ווירטועלע ייִדיש־קלאַסן, לעקציעס און געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמונגען. „מיר אַלע אױף דער יוגנטרוף־פֿאַרװאַלטונג פֿאַרשטײען װי װיכטיק דאָס איז דאָס זען זיך פּנים־אל־פּנים און זיך אַדורכשמועסן מיט אַנדערע ייִדיש־רעדערס,“ האָט דערקלערט די קאַסירערקע פֿון יוגנטרוף, מינע־ליפֿשע ווישוואַנאַט.
טאַקע דערפֿאַר האַלט זי אַז די ייִדיש־װאָך וואָס יוגנטרוף פֿירט דורך יעדן זומער אין קאָפּייק, ניו־יאָרק, איז אַזוי וויכטיק. „אַ סך פֿון די ייִדיש־װאָכניקעס האָבן במשך די יאָרן אױסגעדריקט אַז ס׳װילט זיך האָבן אַזאַ מין ייִדיש־װאָך סבֿיבֿה אַ גאַנץ יאָר בײַ זיך אין די אײגענע לאָקאַלן.“
יעדער וואָס וויל אָרגאַניזירן אַ פֿאַרברענג־גרופּע אין זײַן אָדער איר שטאָט קען זיך ווענדן צו יוגנטרוף נאָך הילף. דער איינציקער תּנאי איז, אַז אַלץ מוז פֿאָרקומען אויף ייִדיש. דערצו ריכט מען זיך אַז די גרופּע וועט זיך טרעפֿן מער ווי בלויז איין מאָל, און אין בעסטן פֿאַל יעדע צוויי חדשים.
די ערשטע טרעפֿונגען זענען פֿאָרגעקומען אין 2024. „פֿאַרברענג: באָסטאָן“ האָט דורכגעפֿירט, בשותּפֿות מיטן באָסטאָנער אַרבעטער־רינג, אַ ייִדיש־זינגערײַ מיט דער זינגערין עדה העטקאָ, און שפּעטער אין יאָר — אַ בראָנטש און דערנאָך אַ פּיקניק.
„פֿאַרברענג: שיקאַגע“ האָט פֿאַרבראַכט אַ טאָג בײַ דער פּלאַזשע און אַן עקסקורסיע אין זאָאָלאָגישן גאָרטן — ביידע מיט דער באַטייליקונג פֿון ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות; ווי אויך אַ ייִדיש־לחײם־שעה וואָס איז, אַוודאי, געווען בלויז פֿאַר דערוואַקסענע.
„פֿאַרברענג: מישיגען“ האָט געהאַלטן אַ פּיקניק אויפֿן קאַמפּוס פֿונעם מישיגענער אוניווערסיטעט.
אַ פּנים, איז דער איניציאַטיוו אַ הצלחהדיקע ווײַל אַלע גרופּעס האָבן שוין אָנגעהויבן אָרגאַניזירן אַקטיוויטעטן אויף 2025. אין די קומעדיקע וואָכן וועט „פֿאַרברענג: מאָנטרעאַל“ זיך טרעפֿן כּדי צו שפּילן פֿאַרשידענע ברעטשפּילן; „פֿאַרברענג: טאָראָנטאָ“ װעט אַרױספֿאָרן אין קעניגלעכן טאָראָנטאָ־מוזײ צו זען די אױשװיץ־אױסשטעלונג בעת „פֿאַרברענג: באָסטאָן“ פּלאַנירט אַן אַרױספֿאָר אינעם האַרװאַרד־קונסטמוזײ.
ייִדיש־רעדער וואָס ווילן אָנהייבן אַ פֿאַרברענג־גרופּע אין זייער אייגענער שטאָט זאָלן זיך פֿאַרבינדן מיט מינע־ליפֿשען אויף דעם אַדרעס: [email protected]
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
