Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מע קען זיך שוין פֿאַרשרײַבן אין דער פּאַריזער זומער־פּראָגראַםRegistration now open for the Yiddish summer program in Paris

צווישן די קורסן: דאָן קיכאָט אין דער ייִדישער ליטעראַטור; די זכרונות פֿון גליקל האַמעל, און קלאַסישע ייִדישע פּאָעזיע פֿאַר קינדער

הײַנטיקס יאָר וועט דער אָנגעזעענער זומערקורס פֿון פּאַריזער ייִדיש־צענטער פֿאָרקומען טאַקע אין פּאַריז, פֿונעם 7טן ביזן 25סטן יולי 2025, מיט אַ רײַכער פּראָגראַם.

די לעקציעס וועלן פֿאָרקומען יעדן אינדערפֿרי אויף פֿינף מדרגות. געווענדט אינעם ניוואָ, וועט מען לייגן דעם טראָפּ אָדער אויפֿן שפּראַך־לימוד, אָדער אויף ליטעראַרישע און היסטאָרישע טעקסטן פֿון פֿאַרשיידענע צײַטן.

נאָך מיטאָג און אין אָוונט וועלן צו שטאַנד קומען פֿאַרברענג־מסיבות, קולטור־אַקטיוויטעטן (טעאַטער אויף ייִדיש, געזאַנג, אַ קאָכוואַרשטאַט, שפּאַצירן אין און אַרום פּאַריז), שמועסקרײַזן, הילף פֿאַר היימאַבעט אין אונדזער ביבליאָטעק און אַנדערע לערן־וואַרשטאַטן און רעפֿעראַטן.

צווישן די ליטעראַרישע ווערק וואָס די ווײַטהאַלטער וועלן לייענען זענען דאָן קיכאָט אין דער ייִדישער ליטעראַטור; די זכרונות פֿון גליקל האַמעל — די האַמבורגער אשת־חיל פֿון 17טן יאָרהונדערט, און פּאָעזיע פֿאַר קינדער און יוגנטלעכע געשריבן פֿון מײַסטערס פֿון ייִדישן ליד.

אַ הויכפּונקט פֿון דער הײַיאָריקער פּראָגראַם וועט זײַן דאָס אָפּמערקן די הונדערט יאָר זינט דער גרינדונג פֿון ייִוואָ (ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט) אין ווילנע, מיט לעקציעס פֿון דרײַ עקספּערטן אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום.

דער לינגוויסט הערשל גלעזער וועט רעדן וועגן דער אַמאָליקער פֿילאָלאָגישער סעקציע פֿונעם ייִוואָ. דער היסטאָריקער דוד פֿישמאַן וועט רעפֿערירן וועגן דעם ייִוואָ אין דער צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, און די היסטאָריקערין עליסאַ בן־פּורת וועט רעדן וועגן ייִוואָ אין די אויגן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין די 1920ער יאָרן.

נאָך מער אינפֿאָרמאַציע און כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אין דער פּראָגראַם גיט אַ קוועטש דאָ.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
    You must comply with the following:

    • Credit the Forward
    • Retain our pixel
    • Preserve our canonical link in Google search
    • Add a noindex tag in Google search

    See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.