אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך איצט אָנלײַןComprehensive English-Yiddish Dictionary Now Online
להיפּוך צום געדרוקטן נוסח קען מען איצט זוכן סײַ ייִדישע עקוויוואַלענטן פֿאַר ענגלישע ווערטער, סײַ דעם ענגלישן טײַטש פֿון ייִדישע ווערטער.

Image by League for Yiddish
נאָך אַ פּאָר יאָר האָרעוואַניע און אַ סך טעכנישע פּראָבעס האָט די „ייִדיש־ליגע‟ לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז דער דיגיטאַלישער נוסח פֿונעם „אַרומנעמיקן ענגליש־ייִדישן ווערטערבוך‟ קען מען שוין נוצן אָנלײַן. להיפּוך צום געדרוקטן ווערטערבוך, דורך וועלכן מע קען בלויז זוכן ייִדישע עקוויוואַלענטן פֿאַר ענגלישע ווערטער, קען מען אויף דער נײַער וועבזײַט אויך אויסזוכן דעם ענגלישן באַטײַט פֿון ייִדישע ווערטער.
דאָס ווערטערבוך, צונויפֿגעשטעלט דורך גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט און ד׳׳ר הערשל גלעזער אויפֿן סמך פֿון ד׳׳ר מרדכי שעכטערס לעקסיקאָגראַפֿישער אַרבעט, באַשטייט פֿון העכער 50,000 איינסן און 33,000 סוב־איינסן. דער פּאַפּירענער נוסח פֿונעם ווערטערבוך, וואָס מע האָט שוין געדרוקט דרײַ אויפֿלאַגעס דערפֿון, קען מען, פֿאַרשטייט זיך, ניט אַזוי גרינג ענדערן אָדער צוגעבן ווערטער. דעם נײַעם דיגיטאַלישן נוסח וועט מען אָבער יאָ קענען דערהײַנטיקן און באַנײַען.
צו ניצן דאָס ווערטערבוך ווייניקער ווי פֿינעף מאָל אַ חודש קאָסט נישט קיין געלט. אַז מע וויל זוכן וויפֿל ווערטער מע וויל נאָר, דאַרף מען באַצאָלן לויטן חודש אָדער לויטן יאָר. כּדי צו האָבן אַ צוטריט צום ווערטערבוך במשך פֿון אַ חודש דאַרף מען באַצאָלן 4 דאָלאַר; אויף דרײַ חדשים — 10 דאָלאַר; אויף אַ יאָר — 25 דאָלאַר, און אויף 2 יאָר — 36 דאָלאַר. פֿאַר סטודענטן זענען די פּרײַזן אַ ביסל ביליקער: 3 דאָלאַר אויף אַ חודש, 8 דאָלאַר אויף דרײַ חדשים, 20 דאָלאַר אויף אַ יאָר און 30 דאָלאַר אויף צוויי יאָר.
דאָס „אַרומנעמיקע ייִדיש־ענגליש ווערערבוך‟ איז ניט דאָס איינציקע ייִדיש־שפּראַכיקע ווערטערבוך פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט וואָס מע קען נוצן אָנלײַן. דאָס „אַרומנעמיקע ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך‟ רעדאַקטירט פֿון ד׳׳ר חיים באָכנער און ד׳׳ר שלום ביינפֿעלד קען מען נוצן דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
