לזכּרון יעוואַ ביידער, דער געטרײַער אלמנה פֿונעם שרײַבער חיים ביידערRecalling Yeva Beider, devoted widow of the writer Chaim Beider
נאָך איר מאַנס טויט אין 2003 האָט זי געהאָלפֿן אַרויסגעבן זײַן לעקסיקאָן פֿון די ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.

Courtesy of Matvey Beider
דעם 6טן אַפּריל 2026 האָט אין ברוקלין זיך געפֿעלט יעוואַ לאָזדערניק־ביידער ע״ה אין עלטער פון 103 יאָר. זי איז צום בעסטן באַקאַנט אין דער ייִדיש־וועלט צוליב איר אָפּגעגעבנקייט איר מאַן, דעם פֿאַרשטאָבענעם שרײַבער, פּאָעט און רעדאַקטאָר חיים ביידער ע״ה.
זינט חיים ביידערס טויט אין 2003 האָט יעוואַ זיך אָפּגעגעבן מיטן אָפּהיטן זײַן ליטעראַרישע ירושה ובפֿרט דורכן העלפֿן אַרויסגעבן זײַן לעקסיקאָן פֿון די ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, רעדאַקטירט דורך באָריס סאַנדלער און גענאַדי עסטרײַך. דאָס איז אַ וויכטיקער צוגאָב צום לעקסיקאָן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, ווי אויך צו דער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג בכלל.
דורך אַ שמועס מיט איר זון מאַטוויי, האָב איך זיך דערוווּסט אַז יעוואַ לאָזדערניק איז געבוירן געוואָרן דעם 27סטן נאָוועמבער 1922 אין שטעטל וואָלאָטשיסק, מערבֿ־אוקראַיִנע, בײַם טײַך זברוטש. די צווייטע וועלט־מלחמה האָט זי איבערגעלעבט אין סאָוועטן־רוסלאַנד און אין 1946 האָט זי חתונה געהאַט מיט באָריס שפּיזעלן, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיטן פֿינאַנץ־אָפּטייל פון דער גובערניע. יעווא האָט אויך געאַרבעט פֿאַר דער גובערניע־רעגירונג.
מיט שפּיזעלן האָט זי געהאַט צוויי זין, מאַטוויי און איסאַק. ווען דער עלטערער זון, מאַטוויי, איז געבוירן געוואָרן, האָבן זיי אים געמאַכט א ברית און צוליב דעם האָבן ביידע אָנגעוווירן זייערע שטעלעס בײַ דער רעגירונג, ווי אויך זייער דירה. שפּיזעל האָט באַקומען אַרבעט אין אַ כעמיע־פֿאַבריק. אין 1967 איז ער אַוועק אין דער אייביקייט.
אין 1978 האָט יעוואַ חתונה געהאַט מיט חיים ביידערן און צוזאַמען האָבן זיי עולה געווען אין 1996. אין זעלביקן יאָר האָט דער פֿאָרווערטס, צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציעס, זיי פֿאַרבעטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ זיי זענען פֿאַרבליבן. ביידער איז נפֿטר געוואָרן אין 2003.
ווען איך האָב באַקומען די טרויעריקע בשׂורה וועגן יעוואַס פּטירה זענען מיר געקומען אויפֿן געדאַנק אַ שלל מיט זכרונות. ווער ס׳האָט זיך פֿאַרנומען מיט ייִדיש אין שטאָט ניו־יאָרק במשך פֿון די שפּעט-90ער יאָרן פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט, און פֿרי אינעם ערשטן יאָרצענדלינג פֿון איצטיקן, וועט קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן אָט דאָס פּאָרל ייִדישיסטן: ער, דער שטילער, מיט די דיקע ברילן און ווײַסע, צעשויבערטע האָר פֿון אַן אינטעלעקטואַל, און זי — לעבעדיק און באַרעדעוודיק.
זי איז געווען זײַן פֿאַרוואַלטערין, קען מען זאָגן. זי האָט געפֿירט זײַן צײַטפּלאַן, געזען אַז ער זאָל עסן באַצײַטנס, און תּמיד מיטגעבראַכט עסן מיט זיך, כּדי מיטצוטיילן מיט אַנדערע: אַ פּעקל זיסוואַרג, אַ האָניק־לעקעך אַ מתּנה אויף יום־טובֿ, צי וואָס ניט איז. זי האָט געקענט גוט דערציילן אַ וויץ און האָט שיין געפֿירט די שטוב.
איין מאָל בין איך געווען בײַ איר אָפּנעמען אַרכיוואַלע מאַטעריאַלן ביידערס און זי האָט מיר דערלאַנגט אַ פּסחדיקן מיטאָג: איר ספּעציעלן טאָג־טעגלעכן סאַלאַט ֹ— שאַלאַטן מיט פּאָמידאָר און אוגערקע, אַלץ צעשניטן און באַשאָטן מיט אַ ביסל זאַלץ און געלאָזן שטיין אַ נאַכט אין פֿרידזשידעיר. ס׳האָט געהאַט אַזאַ פֿרישן טעם… און דערצו איבערגעוואַרעמטע כרעמזלעך אַליין־געמאַכטע.
אַז איך האָב דאָס איין מאָל דערציילט דער ייִדיש־ליטעראַטור־פֿאָשערין שבֿע צוקער האָט זי מיר גלײַך איבערגעגעבן אייגענע זכרונות — וועגן יעוואַ ביידערס יויך. זי און דער היסטאָריקער דוד פֿישמאַן זענען ביידע געווען בײַ די ביידערס אין שטוב אין מאָסקווע, האָט יעוואַ זיי דערלאַנגט אַ יויך צום טיש וואָס, זאָגט שבֿע, „איז געווען איינס אויף דער וועלט.“ איין מאָל איז שבֿע געפֿאָרן אין אַן אויטאָ מיטן ייִדישן קולטור־טוער גרשון ווײַנער ז״ל און אַנדערע, ווען עמעצער האָט דערמאָנט דעם נאָמען „יעוואַ ביידער“. אַלע האָבן תּיכּף געלויבט איר יויך און מסכּים געווען אַז ס׳איז טעם גן־עדן.
יעוואַ האָט אויך געהאַט אויסערגעוויינטלעכע זכרונות צו דערציילן פֿון איר לעבן. זי איז למשל אַ מאָל געווען אויף אַ חתונה, וואָס מע האָט געפּראַוועט אויף ביידע זײַטן פֿון טײַך זברוטש: די מחותּנים און גוטע־פֿרײַנד האָבן געוואָרפֿן מיט „מזל־טובֿס“ און פּעקלעך עסנוואַרג איבערן טײַך. אין 2012 האָט דער ניו־יאָרקער רוסיש־שפּראַכיקער פֿאַרלאַג „ליבערטי פּאָבלישינג האַוס“ פֿאַרעפֿנטלעכט אירע זכרונות אונטערן טיטל „אימענאַ נעזאַבוועניע“ (אומפֿאַרגעסלעכע נעמען).
יעוואַ איז געווען אַ ליבער מענטש און ליב געהאַט די ייִדישע קולטור. זי וועט אונדז שטאַרק אויספֿעלן.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
