קאָכקלאַס פֿאַר ייִדיש־רעדנדיקע קינדער הייבט אָן נײַעם סעזאָןCooking Class For Yiddish-Speaking Kids Starts New Season
לכּבֿוד ראש־השנה וועט מען באַקן קײַלעכיקע חלות און אַן עפּל־לאָקשן־קוגל.

אַ גרופּע קינדער ווײַזן די קיכעלעך וואָס זיי האָבן געמאַכט אינעם פּריפּעטשיק־קאָכקלאַס. פֿון רעכטס: סענדער גלעזער, סאַשינקע און לאהלע פֿאָגעל און סאָניע פֿישמאַן Image by Rukhl Schaechter
פּריפּעטשיק, דער חודשלעכער קאָכקלאַס פֿאַר קינדער דורכגעפֿירט אין גאַנצן אויף ייִדיש, וועט האַלטן די ערשטע סעסיע פֿון נײַעם שול־יאָר זונטיק, דעם 22סטן סעפּטעמבער, 4:00 נאָך מיטאָג. לכּבֿוד ראש־השנה וועט מען באַקן קײַלעכיקע חלות און אַן עפּל־לאָקשן־קוגל. בײַם סוף וועלן די קינדער אַהיימנעמען וואָס זיי האָבן געמאַכט.
אַלץ ווערט דורכגעפֿירט אין אַ כּשרער קיך.
דער קלאַס ווערט אָנגעפֿירט פֿון שׂרה־רחל שעכטער, די רעדאַקטאָרין פֿון פֿאָרווערטס און איינע פֿון די קעכינס, צוזאַמען מיט איוו יאַכנאָוויץ, פֿון דער פֿאָרווערטס קאָכפּראָגראַם, „עסט געזונטערהייט‟.
בײַ פֿריִערדיקע סעסיעס האָבן די קינדער געמאַכט קניידלעך מיט יויך, קיכעלעך און קאַרטאָפֿל־לאַטקעס.
הגם די קאָכסעסיעס קומען פֿאָר אין ניו־יאָרק, באַטייליקן זיך אויך פֿון צײַט צו צײַט משפּחות פֿון מחוץ דער שטאָט וואָס געפֿינען זיך יענעם טאָג אין דער ניו־יאָרקער געגנט.
דער ציל פֿונעם פּריפּעטשיק־קאָכקלאַס איז אַ צווייפֿאַכיקער: ערשנטס, צו געבן די קינדער אַ געלעגנהייט זיך אויסצולערנען אויטענטישע ייִדישע ווערטער ווי פּעטרישקע, ראַזעווע מעל און קאָכלעפֿל, און צווייטנס, צו פֿאַרברענגען צוזאַמען מיט אַנדערע קינדער אויף ייִדיש — אַ וויכטיקע זאַך אויב מע וויל אַז די קינדער זאָלן פֿילן אַז די ייִדישע שפּראַך איז נישט בלויז אַ לשון פֿון דער היים אָבער אויך אַ מיטל זיך אויסצודריקן מיט אַנדערע קינדער.
אויב איר ווילט אַז אײַער קינד זאָל זיך באַטייליקן אינעם ערשטן קלאַס, אָדער אין אַ צוקונפֿדיקן קלאַס, שיקט אַ בליצבריוו צו שׂרה־רחל שעכטער, אָנגעבנדיק דעם נאָמען און עלטער פֿון אײַער קינד. איר אַדרעס איז [email protected].
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
