Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

נײַער עפּיזאָד „ייִדלײַף־קריזיס“: פּאָליטיק, אַ שׂינאה־פֿאַרברעכן און אַ שווערער באַשלוסNew Episode of Yidlife Crisis: Politics, A Hate Crime And A Difficult Decision

אינעם שלוס־עפּיזאָד פֿונעם 3טן סעזאָן דרינגט זיך אַרײַן אין דער סעריע דער הײַנטיקער פּאָליטישער מצבֿ; דאָס שטערט אָבער ניט אויף לאַנג דאָס געלעכטער.

אין די 1980ער יאָרן האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ מאָדנע טענדענץ אויף דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע: אין מיטן פֿון אַ „סיטקאָם“ האָט מען פֿון צײַט צו צײַט אַרײַנגעמישט שוידערלעכע און אַפֿילו אַמאָל טראַגישע געשעענישן, זיי זאָלן דינען ווי אַ משל פֿון וועלכן דער עולם קען זיך עפּעס אָפּלערנען. מע האָט אָפֿט רעקלאַמירט אַזעלכע עפּיזאָדן פֿון פֿריִער ווי „ספּעציעלע עפּיזאָדן“.

די פּראָגראַם Diff’rent Strokes מיטן ייִנגל־קאָמיקער גערי קאָלמען איז געווען ספּעציעל באַרימט פֿאַרן באַנוצן זיך מיט אַזאַ פֿאָרמאַט. צווײ בײַשפּילן דערפֿון: אין איין טרויעריק־באַרימטן קאַפּיטל, „דער מאַן מיטן ביציקל“, פּרובירט אַ פּעדאָפֿיל צו פֿאַרכאַפּן אַרנאָלד (גערי קאָלמאַן), און אין אַ צווייטן, מער סוררעאַליסטישן עפּיזאָד, באַווײַזט זיך פּלוצלינג די ערשטע דאַמע נענסי רייגין, כּדי צו וואָרענען די קינדער וועגן דעם, ווי געפֿערלעך עס איז די נאַרקאָטיק.

כאָטש ס׳איז קלאָר, אַז דער נײַער קאַפּיטל „ייִדלײַף־קריזיס“ איז צום טייל אינספּירירט געוואָרן פֿון יענעם פֿאָרמאַט, איז ער אַ סך מער געלונגען ווי די אומגעלומפּטערע „ספּעציעלע עפּיזאָדן“ פֿון אַמאָל. ס׳איז פֿאַקטיש דאָס ערשטע מאָל וואָס אַזעלכע טעמעס ווי אַנטיסעמיטיזם און דער ווידער־אויפֿלעב פֿונעם נאַציזם ווערן באַהאַנדלט אויף „ייִדלײַף־קריזיס“, אָבער ווי געוויינטלעך, רעאַגירן אונדזערע העלדן, חיימי און לייזער, מיט הומאָר.

דער קאַפּיטל הייבט זיך אָן אין דער „אַלטער היים“, דאָס הייסט, אין קאָט־סיין־לוק, די מאָנטרעאָלער פֿאָרשטאָט, וווּ די צוויי קאָמיקער זענען אויפֿגעוואַקסן און וווּ זיי האָבן זיך געלערנט ייִדיש אין דער אָרטיקער „ביאַליק־שול“. לעבן זייער אַמאָליקער שול קויפֿן זיי קעזבייגלעך (וואָס אַזוינס עס איז אַ קעזבייגל ווערט בכלל ניט דערקלערט, אַחוץ דעם, וואָס ס׳איז ניט קיין בייגל און האָט ניט קיין קעז). ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די מאַריכואַנע איז שוין לעגאַל אין קאַנאַדע, פֿאָרן די צוויי יאַטן אין אַ פּאַרק, כּדי צו קויפֿן דעם „גראָז“ פֿון זייער באַליבטער נאַרקאָטיק־הענדלערין. פֿאַר וואָס? ווי עס דערקלערט חיימי אַליין, צוליב דער טראַדיציע! (ס׳איז ווײַט ניט דער איינציקער מאָמענט אינעם עפּיזאָד, וואָס פֿאַררופֿט זיך אויף „פֿידלער אויפֿן דאַך“).

ווי תּמיד, אַמפּערן זיך די צוויי העלדן מיט פּוסטע רייד, דאָס מאָל — וועגן דעם אַנטיסעמיטיזם און ווער עס איז שולדיק אין דעם. לייזער, שטענדיק דער קאָנסערוואַטיווערער פֿון די צוויי, דריקט אויס זײַן מיינונג, אַז דער אַנטיציוניזם איז שטענדיק אַ באַווײַז פֿון אַנטיסעמיטיזם און חיימי ענטפֿערט אים אַז ס׳איז בעסער אַפֿילו ניט אָנצוהייבן צו באַטראַכטן דעם פּאָליטישן מצבֿ אין ישׂראל. ער גיט צו אַז סײַ די רעכטע, סײַ די לינקע זענען שולדיק אינעם פֿאַרשפּרייטן שׂינאה קעגן ייִדן. נאָך אַ געלונגענעם צוויישפּראַכיקן ווערטערשפּיל וועגן דעם Alt-Right (זיי זענען דאָך די „אַלט־רעכטע!“), שטויסן זיי זיך אָן אויף אַ שוידערלעכער זאַך. כאָטש זיי זענען אויף אַ מאָמענט שאָקירט, לייזן זיי די פּראָבלעם מיט קאָמעדיע, קעזבייגלעך, און אַ ביסל קינסטלערישער הילף פֿון זייער נאַרקאָטיק־הענדלערין.

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס „ייִדלײַף־קריזיס“ איז אַ ייִדיש־שפּראַכיקע קאָמעדיע, האָט מען ביז אַהער ניט אָנגערירט דעם אַנטיסעמיטיזם צי דעם חורבן אויף אַן ערנסטן אופֿן. כאָטש מע באַקומט ניט פֿונעם עפּיזאָד קיין דורכגעטראַכטן פּאָליטישן אַנאַליז, איז בעסער אַזוי. די יאַטן פֿון „ייִדלײַף־קריזיס“ ווײַזן בולט אָן דאָס וואָס די „סיטקאָם“־שרײַבער פֿון די 1980ער יאָרן האָבן ניט פֿאַרשטאַנען — אַמאָל איז בעסער צו לאָזן די צוקוקערס קומען צו זייערע אייגענע אויספֿירן. וואָס שייך קאָמעדיע איז אָפֿט בעסער ניט איבערצושרעקן די צוקוקער, נאָר פֿאַרקערט: לאָזן זיי לאַכן פֿון די צרות.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.