Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ: „ליבע איז דאָס וואָרט‟ געזונגען פֿון וויליאַם שוואַרץWATCH: “Love is the Best Word” sung by William Schwartz

די רעקאָרדירונג, פֿון 1922, נעמט אַרײַן עלעמענטן פֿון אָפּערע, וואַלץ און טראַדיציאָנעלער ייִדישע מוזיק.

אַז מע ווייסט וווּהין צו זוכן, קען מען געפֿינען אַ ים מיט רעקאָרדירונגען אויף ייִדיש פֿונעם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. צוויי גרויסע צרות טרעפֿט מען אָבער דערבײַ: קודם זענען ס׳רובֿ רעקאָרדירונגען נאָך ניט דיגיטאַליזירט געוואָרן, דאַרף מען קענען אָנקומען צו די פֿיזישע פּלאַטעס אָדער צילינדערס און האָבן דעם ריכטיקן פֿאָנאָגראַף צי עפּעס אַן אַנדער אַלטמאָדישן מכשיר, כּדי זיי צו שפּילן. דערצו זענען ס׳רובֿ רעקאָרדירונגען, בפֿרט די אַלטע, נודנע און ניט כּדאַי צו הערן. סײַדן מע וויל אָפּפּטרן אַ סך צײַט אָדער מע ווייסט שוין וואָס מע זוכט, איז עס ממילא בעסער צו האָבן אַ וועגווײַזער וואָס זאָל פֿון פֿריִער אויסקלײַבן די לידער, וואָס זענען כּדאַי צו הערן.

וואָס שייך רעקאָרדירונגען אויף ענגליש זענען דאָ ממש טויזנטער עקספּערטן — סײַ פּראָפֿעסיאָנעלע אַרכיוויסטן, היסטאָריקער אָדער מוזיקאָלאָגן, סײַ סתּם ענטוזיאַסטן פֿון אַלטע רעקאָרדירונגען — וואָס גריבלען אין אַלטע קופּעס פּלאַטעס און צילינדערס, כּדי צו אַנטדעקן פֿאַרגעסענע אוצרות. וואָס שייך ייִדיש־שפּראַכיקע רעקאָרדירונגען זענען אָבער דאָ בלויז אַ פּאָר צענדליק מענטשן אַזעלכע. כּמעט אַלע וואָס קענען ייִדיש, זענען, אַזוי ווי איך, אָדער ניט קיין מבֿינים אָדער האָבן פּשוט ניט דאָס זיצפֿלייש.

דערפֿאַר איז די אַרבעט פֿון דער זינגערין און פֿאָרשערין דזשיין פּעפּלער מיר אַזוי צום האַרצן: ניט בלויז גריבלט זי אין די אַרכיוון צו געפֿינען די פֿאַרגעסענע לידער וואָס זענען כּדאַי צו הערן, נאָר זי דיגיטאַליזירט זיי און מאַכט פֿון זיי ווידעאָס, וואָס מע קען זען אויף „יוטוב‟.

לעצטנס האָט פּעפּלער פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רעקאָרדירונג פֿון 1922 מיט נײַע ענגלישע אונטערקעפּלעך, אין וועלכן דער זינגער וויליאַם שוואַרץ פֿירט אויס דאָס ליד „ליבע איז דאָס וואָרט‟. די מוזיק קלינגט טאַקע ווי עס איז כּמעט הונדערט יאָר אַלט אָבער דאָס איז דווקא ניט קיין חסרון. דאָס געמיש פֿון אָפּערעטע, וואַלץ און סובטילע קנייטשן פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער מוזיק ווערן וווּנדערלעך אַרויסגעבראַכט דורך שוואַרצס גאָלדענע טענאָר־שטים.

שוואַרץ איז געבוירן געוואָרן אין יאַס, רומעניע, אין 1894 און האָט זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק אין 1905, וווּ ער האָט זיך ניט געלערנט אין קיין שול, נאָר איז גלײַך געוואָרן אַ צײַטונג־ייִנגל. אין 1911 האָט ער פֿאַרלאָזט ניו־יאָרק כּדי צו געפֿינען נײַע גליקן אינעם ייִדישן טעאַטער — אין סיינט־לויִס. נאָך אַ פּאָר יאָר פֿון נע־ונד מיט פֿאַרשידענע טרופּעס אין סיינט־לויִס, שיקאַגע און דעטרויט, האָט ער זיך אומגעקערט קיין ניו־יאָרק, וווּ ער איז געוואָרן אַ גרויסער שטערן, אויפֿטרעטנדיק סײַ מיט יעקבֿ אַדלער, סײַ מיט באָריס טאַמאַשעווסקי.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.