„פֿידלער אויפֿן דאַך‟־טור איבער כינע אָפּגעשאַפֿן צוליב קאָראָנאַ־ווירוסFiddler on the Roof in Yiddish tour of China cancelled due to coronavirus
מע וועט דערווײַל פֿאָרשטעלן דעם שלאַגער אין אויסטראַליע מיט אָרטיקע אַקטיאָרן.

Graphic by Angelie Zaslavsky
ניט בלויז מענטשן ווערן קרבנות פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס, נאָר אויך טעאַטראַלישע פֿאָרשטעלונגען.
הגם מע האָט דעם 13טן יאַנואַר געזאָגט די אַקטיאָרן פֿונעם ייִדישן „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, אַז מע וועט גאַסטראָלירן אין דרײַ כינעזישע שטעט, האָט מען מיט פֿיר טעג שפּעטער פּלוצעם אַנולירט דעם גאַנצן טור.
זלמן מלאָטעק, דער קינסטלערישער דירעקטאָר בײַ דער „פֿאָלקסבינע‟, וואָס געפֿינט זיך איצט אין סידני, האָט טעלעפֿאָניש געזאָגט דעם פֿאָרווערטס, אַז „נאָך חדשים פֿון פֿאַרהאַנדלונגען, האָבן מיר פּלוצלעם באַקומען אַ בריוו, אַז מע שאַפֿט אָפּ דעם טור. קיין ווירוס האָט מען בכלל ניט דערמאָנט, אָבער שפּעטער האָט מען אַוודאי פֿאַרשטאַנען, אַז זיי האָבן שוין געוווּסט, אַז עפּעס טוט זיך‟.
מלאָטעק האָט באַצייכנט די אַנולירונג פֿונעם טור ווי אַ „גרויסע אַנטוישונג פֿאַר אַלעמען. האָפֿנטלעך וועט דער ווירוס פֿאַרשווינדן אין גיכן, און מיר וועלן קענען דאָרטן שפּילן.‟
מיכל יאַשינסקי, וואָס האָט געשפּילט די ראָלעס פֿון „נחום‟ און „מרדכי‟ אין „פֿידלער‟, האָט געזאָגט אַז ער איז אַנטוישט וואָס מע האָט אָפּגעשאַפֿן דעם טור. „איך זאָג אָבער דערבײַ, ׳דיינו׳,‟ האָט יאַשינסקי צוגעגעבן. „אַוודאי וואָלט עס געווען אַ וווּנדערלעכע, אומגלייבלעכע איבערלעבונג צו ברענגען דעם ייִדישן טעאַטער אַזש קיין כינע. אָבער ׳דיינו׳ — דאָס וואָס ‘פֿידלער’ האָט געשפּילט אַזוי פֿיל לענגער ווי די פּלאַנירטע זעקס וואָכן — איז שוין ׳דיינו׳.
די אויסטראַלישע פֿאָרשטעלונג פֿון „פֿידלער‟ וועט שפּילן אינעם וועלט־באַרימטן סידנייער אָפּערע־הויז אין אַ זאַל מיט 1,400 זיצערטער. מלאָטעק פֿירט איצט דורך פּראָבעס מיט 400 אַקטיאָרן און זאָגט אַז אַ ממשותדיקער פּראָפֿאָרץ פֿון זיי קענען טאַקע ייִדיש.
„דאַכט זיך אַז די אויסטראַלישע אינסצענירונג קען זײַן דער אָנהייב פֿון אַ טור איבער אַזיע און אייראָפּע,‟ האָט מלאָטעק געזאָגט. „איך בין זיכער, אַז דער ניוואָ פֿון דער פֿאָרשטעלונג וועט זײַן פּונקט אַזוי הויך, ווי אין ניו־יאָרק, ווײַל איך בין שטאַרק אינספּירירט פֿונעם טאַלאַנט, וואָס איך האָב דאָ געזען. אויב מע וועט מצליח זײַן מיט ‘פֿידלער’ מחוץ ניו־יאָרק, וועלן אַנדערע ערטער עס אָננעמען מער ערנסט.‟
מלאָטעק האָט ניט געוואָלט קאָמענטירן וועגן די קלאַנגען, אַז מע וועט אפֿשר מאַכן אַ טור איבער אַמעריקע. געוויסע אַקטיאָרן פֿונעם ניו־יאָרקער „פֿידלער‟ האָבן אָבער באַמערקט, אַז דער רעזשיסאָר דזשאָעל גריי האָפֿט, אַז מע וועט קענען ווידער צוזאַמענברענגען די אָריגינעלע אַקטיאָרן כּדי צו גאַטסראָלירן איבערן לאַנד.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
